כאמאס רעאגירט פאזיטיוו צו טראמפ'ס שלום פלאן
יג תשרי תשפ"ו 📝
אין א דראמאטישע אנטוויקלונג האט כאמאס געמאלדן זייער אפיציעלע ענטפערן צום עזה שלום פלאן פארגעשטעלט דורכ'ן אמעריקאנעם פרעזידענט דאנאלד טראמפ.
דער פלאן רעכט אויס גאר אסאך פרטים וויאזוי דער לאנג פארצויגענער קאנפליקט זאל שוין ענדליך קומען צו אן ענדע, צווישן אנדערע דארף עס ברענגען א פייער אפשטעל תיכף ומיד צווישן ביידע צדדים, אלע לעבעדיגע און אומגעקומענע משכונות ווערן באפרייט, פילע פאלעסטיע ארעסטירטע ווערן באפרייט, כאמאס ווערט אנטוואפענט, עס ווערט פארמירט א צייטווייליגע רעגירונג אין עזה אנגעפירט דורך אינטערנאציאנאלע לענדער, עס קומט אריין פילע הויפענס פון הילף קיין עזה, מען בויעט גענצליך איבער עזה, מען רוקט זיך נענטער צו א פאלעסטינע ממשלה, און די כאמאס מיטגלידער וואס ארבעטן מיט ווערן באגנאדיגט אויף זייערע פארברעכענס.
אויף טראמפ'ס פארלאנג, האט מדינת ישראל געגעבן זייער צושטימונג, אבער נאך עטליכע טעג האט מען געהערט פון כאמאס א פארעווע "יא" ענטפער צום פארשלאג. זיי זאגן אין זייער סטיעטמענט אז זיי זענען מסכים צום פייער אפשטעל, און צום ארעסטאנטן אויסטויש, אבער זיי ווילן פארהאנדלונגען איבער זייער ראלע אין א צוקונפטיגע פאלעסטינע רעגירונג.
אסאך אנאליסטן זעען דערין אז דא גייט אט ווערן שלום און רואגייט אין דעם לאנג פארצויגענעם קריג, אבער אנדערע זאגן אז לויט די היסטאריע פון כאמאס איז עס בלויז א שפיל צו שלעפן צייט, בשעת זיי ווילן נישט הערן פון עפעס אנדערש ווי גענצליך איבערנעמען גאנץ מדינת ישראל. און צוליב גרויס דרוק זאגן זיי די אויבנדערמאנטע פאזיטיווע ווערטער.
אסאך קוקן עס אן אז כאמאס איז גאר שטארק אונטער דרוק, און זיי וועלן סייווי נישט האבן קיין ברירה נאר אויפגעבן. וואס מיינט אויפגעבן? אראפ לייגן דאס געווער.
דא שטעלט זיך א קשיא. דער מדרש זאגט אז סוכות קען מען זען ווער עס האט געווינען דעם קריג. וועלכע קריג? עס איז נארוואס דורך ראש השנה און יום כיפור, די קטיגר האט געשריגן ווי שלעכט כלל ישראל איז, און האט פארלאנגט מען זאל זיי שטעלן אין פלאץ, און דער סניגר האט געזאגט אז מען זאל אנקוקן אידישע קינדער גוט, אידן ווילן נאר זיין גוטס, אפילו זיי פאלן אראפ, איז עס נישט זיי, א איד וויל נאר טון דעם רצון ה' און קוקט ווי זיי האבן חרטה.
נו? וואס איז געווארן פון דעם גרויסן משפט? עס קומט סוכות - זאגט דער מדרש - און כלל ישראל נעמט ארויס זייער געווער, דער אתרוג לולב הדסים און ערבות, און מען זעט אז זיי האבן געווינען. עס קומט א גוטע יאר פאר כלל ישראל.
פרעגט דער הייליגער רבי נתן, דאס ווייזט אז מען האט געווינען? אויב דארף מען ארויסנעמען געווער מיינט דאס אז די מלחה איז נאך אין פולן קראפט. נאר וואס דען? זאגט רבי נתן, אונזער מלחמה איז אן אנדערע סארט מלחמה. דער סמ"ך מ"ם וויל בסך הכל מיר זאלן "אויפהערן צו קעמפן", מיר זאלן זאגן "שלום עלי נפשי", איך ליג אין שאול תחתית, דאס בין איך, און אזוי בין איך. אונזער פייט איז נישט צו ווערן א מלאך וואס פאלט קיינמאל נישט דורך, נאר אונזער פייט איז "איך בין טאקע וואו איך בין, אבער איך קעמף, עס איז נישט מיך, איך וויל נאר זיין צוגעקעלעבט צו דיר". און דאס ווייזט אונז די ד' מינים.
איך ווייס נישט אויב טראמפ וועט באווייזן צו באזיגן כאמאס, אבער דאס איז זיכער אז מיר אידישע קינדער וועלן באזיגן דעם סמ"ך מ"ם און אריינגיין אינעם יום טוב סוכות מיט א געוואלדיגע שמחה, און זיך פרייען מיט די גרויסע זכי' אז מיר לייגן נישט אראפ אונזער געווער!