אין אן עקסקלוסיוון שמועס מיטן געטרייען גבאי, מו"ה הערשי זאבעל הי"ו פון היכל הקודש מאנסי, האט ער מיטגעטיילט מיט אונז גרויסע נייעס.
 
ער האט אונז אינפארמירט איבער דעם נייעם כולל בוקר וואס האט זיך יעצט געעפנט אין מאנסי, וואו אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם אין בית המדרש לערנען פארן דאווענען, און דערנאך דאווענט מען אינאיינעם א געשמאקע שחרית.
 
פרעגנדיג וויאזוי עס איז צושטאנד געקומען, פארציילט ער אונז, אז פארגאנגענעם שבת איז איינער צוגעקומען צו אים און געפרעגט אפשר עפענט מען אויך א כולל בוקר, אויף דעם זעלבן וועג ווי עס גייט שוין אן ב"ה עטליכע חדשים אין שטעטל. די יונגעלייט פון שטעטל דערציילן אז עס האט אינגאנצן געטוישט זייער טאג; זיי הויבן אן דעם טאג מיט א קלארן קאפ, לערנענדיג פארטאגס ווען די לופט איז נאך פריש. דאס שטופט זיי צו גיין שלאפן צייטליך און אנהייבן דעם טאג פרי, וואס דער ראש ישיבה זאגט אלץ אז דאס איז א געוואלדיגע סגולה אז די גאנצע טאג זאל גיין מיט'ן רעכטן פיס.
\
דער גבאי דערציילט אז אין די ערשטע מינוט איז ער געווען היבש סקעפטיש. ער האט זיך געפרעגט צי ס'איז בכלל שייך אויסצופירן. עס האט אויסגעזען זייער שווער אפילו נאר צו פרובירן, בפרט אז אפילו שבת קודש האבן זיי קוים געהאט א מנין. ער האט באשלאסן דאס דורכצורעדן מיט'ן עולם, און צו זיין איבערראשונג האט ער געזען אז עס איז בוודאי יא דא. ער האט אנגעהויבן פרעגן איין אינגערמאן און נאך איינעם, און למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז צוועלף אינגעלייט האבן זיך צוגעכאפט דערצו. דער פלאן איז געבליבן אז מען קומט לערנען זעקס אזייגער פארטאגס, און זיבן אזייגער וועט מען זיך שטעלן דאווענען בצוותא חדא מיט אנשי שלומינו. אין פאל ווען ס'וועט נישט זיין קיין מנין זיבן אזייגער, האט ער געטראכט, איז דאך דא א שול דערנעבן וואס האט א טעגליכן מנין זיבן אזייגער, אזוי אז מ'קען אלץ גיין דאווענען דארט און די לומדי הכולל דארפן זיך נישט זארגן וועגן פארן און קומען אין אזא פאל, ווייל דער בית המדרש געפינט זיך ממש לעבן די ברסלב'ער שול.
 
אומר ועושה, זונטאג מיטאג האט מען ארויסגעשיקט א מעסעדזש פאר'ן עולם מיט דער בשורה טובה אז דער נייער כולל וועט זיך עפענען דעם קומענדיגן טאג, מאנטאג אינדערפרי אי"ה. און טאקע מאנטאג אינדערפרי האט זיך דער נייער כולל געעפנט מיט גרויס הצלחה. ניין אינגעלייט זענען געווען אנוועזנד; איינער האט געפעלט ווייל ער האט געהאט א חתונה זונטאג נאכט. אבער ברוך השם, מ'האט געהאט ניין מענטשן; עס איז געווען זייער שיין, מען האט פלייסיג געלערנט און דערנאך איז מען געגאנגען דאווענען אין די אנדערע שול. מען האפט ווייטער ממשיך צו זיין מיט די הילף פון דעם אויבערשטן.
 
דער ראש ישיבה האט געהאט א געוואלדיגע קורת רוח און שטארק הנאה געהאט צו הערן דעם באריכט איבער דעם נייעם כולל. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט די שיינע קהילה אין מאנסי ווייטער וואקסן און בליען, און מחזק זיין אידישע קינדער צו לערנען, דאווענען, און דינען דעם באשעפער.