דער געטרייער מנהל פונעם כולל הר"ר משה ארי' שליט"א טראכט אלץ וויאזוי מ'ען אריינברענגען געלט פארן כולל, יעצט פאר חנוכה האט ער פארגעשלאגן פאר איינע פון די גרויסע נדבנים פונעם כולל אז ער קען אפקויפן די זכות פון טיילן ליכט פאר אלע קינדער פאר די פרייז פון א פרנס השבוע; דער נדבן האט זיך גלייך צוגעכאפט דערצו, און מען האט אפגעשמועסט מיטן נדבן אז די לעכט וועט זיין לעילוי נשמת זיין חשובן זיידן דער טייערער באוויסטער איד פון וויליאמסבורג הרה"ח ר' שלמה גבריאל פליישמאן ז"ל וואס איז געווען באוויסט אלץ אן אויסנאם תלמוד חכם, א גאר פרייליכער איד, א איד וואס פלעגט מאכן פרייליך אלע וואס זענען געקומען אין בארירונג מיט אים. קינד און קייט פלעגן קומען צו זיין שטוב יעדע חול המועד און זען די וואונדערבארע ארבעט וואס דער גרויסע תלמוד חכם האט אריינגעלייגט מיט זיינע פאכמאנישע הענט, און צוזאם געשטעלט אויף מיניטשור סוכה'לעך, יעדע סוכה און מסכת סוכה איז געווען אויסגעלייגט פלאי פלאים אהערגעשעטל, מ'האט זיך נישט געקענט גענוג אפוואנדער פון די בקיאת נפלא און די ארטיסטישע ארבעט וואס דער איד האט אוועקגעשעלט. אויך פלעגט ער אריסשטעלן אסאך מיניטשור אויסשטעלונגען איבער וויאזוי מ'האט געלעבט אין די צייטן פון חז"ל די אבות, צום ביישפיל אברהם מיט די מלאכים, יצחק אויף די עקידה, וכדו'.
 
הרה"ח ר' שלמה גבריאל וועלכע האט אויך ארויסגעגעבן פארשידענע חיבורים אויף עטליכע ענינים אין אין ש"ס, ווי מ'קען זען זיין געוואלדיגע בקיאות אין גאנץ ש"ס, האט זוכה געווען צו האבן צענדליגע אייניקלעך אין די קהילה הקדושה היכל הקודש ברסלב, נישט נאר תלמידים, פילע פון זיי אויסגערופענע מחנכים, וואס געבן זיך אפ מיט די הייליגע ארבעט פון ערציען די צאן קדשים על דרך אבותינו ורבותינו הקדושים צו געדענקען שטענדיג אז דער אויבערשטער איז שטענדיג מיט מיר, און קיינער קען מיר נישט העלפן, און איך קען בעטן יעדע זאך פונעם אויבערשטן. 
 
אלץ הכרת הטוב פאר דעם חשבן נדבן האט מען געלייגט דעם זיידענ'ס נאמען הרה"ח ר' שלמה גבריאל ז"ל אויף די קרוב צו 400 חנוכה ליכט פעקלעך וואס מען האט אויסגעטיילט פאר חנוכה פאר אלע קינדער פון מוסדות היכל הקודש ברסלב, וועלכע האבן געצינדן לעכט דעם יום טוב דערמיט.
 
די זכות פון די מצות נר חנוכה און די זכות פון די לימוד התורה אין כולל, ווי די אינגעלייט לערנען מיט א געוואלדיגע התמדה, יעדער וואס קומט אריין אין כולל קען עדות זאגן דערויף, איז אלעס צום זכות פון דעם גרויסן נדבן הי"ו. מען קען זיך איינקויפן זכותים אינעם כולל, אדער אויב איינער וויל קויפן איינע פון די פילע שעפערישע געדאנקען וואס דער מנהל ר' משה ארי' האט קען זיך פארבינדן מיט אים דירקעט אויף 347-585-6166, אויך קען מען מנדב זיין פארן כולל אויפן וועבסייט thekolel.com.
 
כי נר מצוה ותורה אור