כולל מסיבה מיט סעודת ראש חודש ביים ראש ישיבה אינדערהיים
ג כסלו תשפ"ג 📝
גאר א שיינע מסיבה לטובת דעם כולל היכל הקודש צוזאמען מיט א סעודת ראש חודש איז פארגעקומען ביים ראש ישיבה שליט"א אינדערהיים ווי עס זענען געווען געלאדענט די וואס האבן די זכיה צו העלפן דעם כולל צו קענען צאלן פאר די חשובע אינגעלייט וואס לערנען פלייסיג די הייליגע תורה וואס אויף דעם שטייט די וועלט.
די מסיבה איז פארגעקומען אויף א באשיידענעם אופן ביים ראש ישיבה אינדערהיים, מען האט סערווירט א סעודה, און אינצווישן האט מען געהאט די זכי' צו הערן שיינע שמועסן פונעם ראש ישיבה, הערליכע שכל וואס מען קען מיטנעמן אויף ווייטער פאר די גאנצע לעבן.
ביים שמועס איז געווארן אויסגעשמועסן גאר שיינע נושאים צום ביישפיל האט מען גערעדט איבער די גרויסע זכות צו קענען העלפן אינגעלייט וואס זיצן און לערנען, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען זעט אין די משנה אין זבחים (פרק א' משנה ב') "שמעון אחי עזריה אומר", האט דער ראש ישיבה געפרעגט, וואס איז פשט אז ווען מען ווילן רעדן פון שמעון, שרייבט מען "שמעון דער ברודער פון עזריה"? נאר, האט דער ראש ישיבה געזאגט, דאס איז צוליב עזריה האט אויסגעהאלטן זיין ברודער שמעון זאל קענען לערנען, ממילא האט ער דעם זעלבן חלק אין זיין ברודער'ס לערנען, אזוי ווייט אז ווען מען שרייבט א מימרא פון שמעון, שרייבט מען "שמעון אחי עזריה אומר", ווייל נאר אין זיין זכות האט ער געקענט לערנען און אויסוואקסן א צדיק.
דער ראש ישיבה האט פארציילט אז די אינגעלייט פון כולל האבן זיך נארוואס פארהערט ביי חשובע רבנים הלכות מקוואות, און אז די רבנים האבן געשריבן אז זיי האבן נאכנישט געהאט אזאנע אינגעלייט וואס זאלן קענען אזוי גוט הלכות מקוואות דורך און אדורך.
דערנאך איז ארויפגעקומען די נושא פון שידוכים, איינער האט געברענגט און געוויזן פאר'ן ראש ישיבה א ספר פון דעם גרויסן גאון רבי חיים קנייבסקי זי"ע וואס באשטייט פון בריוון וואס מען האט צוזאמגענומען פונעם גאון וואס ער האט געענטפערט איבער די נושא פון שידוכים. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער ארויסגענומען א געוואלדיגע שכל פון איינע פון די בריוון, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז איינער פרעגט דארט אן ביי רבי חיים'ען וואס מען זאל טון אויב די בחור אדער די מיידל האט א געוויסע באהאלטענע פראבלעם, אויב מען דארף דאס זאגן פאראויס, און אויב יא ווען זאל מען עס זאגן? האט אים רבי חיים געענטפערט אין צוויי ווערטער "לפני שגומרים" דאס הייסט ממש פאר מען ענדיגט דעם שידוך זאלסטו דאס זאגן, ווייל דעמאלט נאכן זיך טרעפן און זען אויב מען איז מסכים צום שידוך, קען מען גרינגער מחליט זיין אויב מען וויל יעצט נישט ווייטער גיין צוליב דעם פלעק און נישט קוקן דערויף. אבער אויב זאגט מען דאס ווען גלייך ווען מען טראגט אן דעם שידוך וועט יענער לכאורה גלייך אפזאגן דעם שידוך. דאס איז א הפלא'דיגע שכל.
אויך האט מען ארום גערעדט נאך שיינע נושאים, פאר איבער צוויי שעה, מען קען עס זען און הערן אויף ברסלב סענטער ביי די שיעורים אפטיילונג אונטערן קעסטל פון די טעגליכע שיעורים פון פרשת תולדות, אזוי אויך קען מען עס הערן אויף קול ברסלב ביי די טעגליכע שיעורים פונעם ראש ישיבה, עס לוינט זיך אויסצוהערן.