דעם מאנטאג איז פארגעקומען די זיבענצנטע חתונה אין ישיבה, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן קלמן ני"ו בן מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו, עב"ג בת מו"ה נחום כ"ץ הי"ו.
צום זיבענצנטן מאל האט זיך ארויסגעוויזן אז מ'קען חתונה מאכן די קינדער מיט א רואיגן געוויסן, די חתונה נאכט האט נישט געקאסט קיין איין איינציגע פרוטה פאר די מחותנים, און פארשטייט זיך אז די איבריגע הוצאות פון ארום און ארום איז אויך געווען אויפ'ן מינימאלסטן פארנעם.
אין א בריוו די וואך האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן, "אלע רעדן פון חתונה מאכן ביליג, אלע מאכן אסיפות; מען שרייבט, מען רעדט - אבער גארנישט אויף למעשה. דער מאכט א כח היחיד, א צווייטער מאכט א כח הרבים און א דריטער מיט אן אנדערע נאמען. מיר האבן כח הצדיק, דער כח פון מוהרא"ש זכרונו לברכה, מיר האלטן ביי די זיבעצנסטע חתונה, נישט ביליג - נאר גענצליך בחינם; עס קאסט נישט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים".
מוהרא"ש זי"ע האט זייער אסאך געבלוטיגט אויף דעם וואס מ'האלט זיך צוריק פון חתונה מאכן די קינדער, און ליידער זענען די רעזולטאטן דערפון זייער נישט גוט, פילע קינדער פאלן ליידער אוועק, און איינע פון די גרויסע סיבות פארוואס מענטשן יאגן זיך נישט א שידוך צו טון מיט די קינדער, כאטש וואס נישט יעדער וויל מודה זיין דערצו, איז ווייל מ'ווייסט נישט פון וואו צו נעמען דאס געלט דערפאר. די הוצאות החתונה שטייגן כסדר, ווען איין משוגענער עושר מאכט אפ צו מאכן עפעס א פרישע משוגעת ביי זיין שמחה, מוז שוין יעדער צוביסלעך עס אנהויבן נאכצומאכן, אזוי אז עס קומט אויס אז א דורכשניטליכער אינגערמאן, וואס פארדינט שיין פרנסה, ברעכט אבער אונטער ווען ס'קומט חתונה צו מאכן די קינדער.
דערפאר האט מוהרא"ש געבויעט א זאל אין יבנאל, וואו מ'קען חתונה מאכן גענצליך בחנם, די איינוואוינער פון שטאט קאכן און באקן פאר די סעודה, און אלעס ווערט צוגעשטעלט אויפ'ן שענסטן פארנעם, אן דעם וואס ס'זאל עפעס קאסטן פאר די מחותנים.
דער "כח הצדיק" שטעלט זיך נישט אפ, אויך דא אין אמעריקע האט דער ראש ישיבה שליט"א צוגעשטעלט דער גרויסער בית המדרש "היכל הקודש" אין וויליאמסבורג אז מ'זאל קענען דארט חתונה מאכן פאר אומזיסט, און ברוך ה' אז מ'האלט שוין ביי די זיבעצנסטע חתונה אין שול, פיר און דרייסיג מחותנים האבן זיך שוין געשפארט אזויפיל עגמת נפש, חובות, און הארץ ווייטאג, און געקענט פירן זייערע קינדער אונטער די חופה מיט אן אמת'ע שמחה, אן דארפן טראכטן די גאנצע צייט ווי אזוי ער וועט באווייזן צו דעקן די אלע שווערע חובות.
מענטשן וואס האבן נאכנישט מיטגעהאלטן פון דער נאנט א חתונה אין ישיבה, קענען זיך נישט פארשטעלן ווי אזוי דאס זעט אויס, מ'קען נישט פארשטיין ווי אזוי חתן כלה און מחותנים זאלן מסכים זיין צו אזא סארט חתונה. אבער איינמאל מ'זעט עס מיט די אייגענע אויגן, זעט מען דעם אמת אז די פרייליכקייט און געשמאק ביי די חתונות שטייגט איבער פילע אנדערע מעכטיגע חתונות וואס ווערן געפראוועט אין טייערע זאלן. פארקערט, איין מאל מ'האט שוין מיטגעהאלטן א חתונה אין ישיבה, און דערנאך באטייליגט מען זיך ביי א צווייטע אזוי-גערופענע "נארמאלע" חתונה, קען מען זיך נישט גענוג אפוואונדערן פארוואס ס'פעלט אויס צו ווארפן אידיש געלט אין די מיסט, ווען מ'קען האבן פיל א שענערע און לעבעדיגערע חתונה, און ס'זאל נישט קאסטן קיין איין פרוטה.
די יעצטיגע חתונה איז געווען נאך א ביישפיל, ס'איז געווען גאר א שיינע לעבעדיגע חתונה, די חופה איז געווען אום זעקס אזייגער. די סעודה איז געווען צוגעשטעלט פאר די נאנטע קרובי המשפחה און איז געקאכט און געבאקן געווארן דורך אנשי שלומינו. ביים טאנצן האט דער עולם זיך געהויבן אין די לופטן, מ'האט געטאנצן און משמח געווען אויף גאר א פרייליכען פארנעם. די מצוה טאנץ איז געווען ווי דער מנהג אז מ'מאכט א יעמוד און מ'רופט אויס די זיידעס און מחותנים און דערנאך חתן כלה. און אום 10:45 איז די חתונה שוין געווען פארטיג.
פילע געסט קומען ארויף ביי יעדע חתונה מיטצוהאלטן און זען ווי אזוי ס'זעט אויס א חתונה אין ישיבה, און אלע זאגן אז וויפיל זיי האבן שוין נאכגעהערט וועגן דעם, ווען זיי זעען עס אבער אליין, קענען זיך נישט גענוג איבערקומען פון די שיינקייט פון די חתונה. א אינגערמאן וואס איז ארויפגעקומען האט געזאגט מיט א געשטיקטן קול, "איך האב נישט לאנג צוריק חתונה געמאכט, זיך אנגעבארגט פון די גאנצע שטאט, די שבע ברכות'ן זענען שוין דורך, און יעצט האב איך נישט קיין מושג פון וואו אנצוהויבן צאלן. ווען איך זאל ווען וויסן אז מ'קען אזוי חתונה מאכן פאר אומזיסט, וואלט איך גאר אנדערש געהאנדלט". א צווייטער האט אים אבער געענטפערט מיט ווייטאג, "איך האלט נאך פאר די חתונה פון מיין טאכטער, אין עטליכע חדשים ארום, אבער אפילו איך ווייס און איך זע אז מ'קען חתונה מאכן אומזיסט, קען איך עס אבער נישט באווייזן צוליב די דרוק פון די ארומיגע צו זיין א "נארמאלער" מענטש".
ברוך ה' אז אין היכל הקודש איז פארהאן מער שכל פון דעם, א מענטש זאל זען דעם אמת וואס ער קען צושטעלן, און נישט קוקן וואס די ארומיגע וועלן זאגן, אין די צייט וואס די ארומיגע קענען אים גארנישט העלפן אין לעבן. חז"ל דערציילן אז אין די צייט פון שמעון בן שטח איז ארויפגעקומען קיין ירושלים 300 נזירים, און זיי האבן נישט געהאט קיין געלט צו ברענגען זייערע קרבנות, האט שמעון בן שטח געזוכט און געטראפן א פתח חרטה פאר 150 פון זיי, אז זיי זאלן פטור ווערן פון ברענגען די קרבנות, און פאר די אנדערע העלפט האט ער נישט געהאט קיין עצה. האט ער געשיקט בעטן פון זיין שוואגער ינאי המלך אז אזוי ווי עס איז דא 300 נזירים וואס דארפן ברענגען יעדער פון זיי דריי קרבנות, זאל ינאי המלך געבן האלב, און ער וועט געבן די איבריגע האלב. און ינאי המלך האט זיך טאקע צוגעשטעלט און אויסגעצאלט האלב פון די נזירים. שפעטער, ווען ער איז געוואויר געווארן אז שמעון בן שטח האט אים אויסגענארט, ער האט נישט געצאלט פאר די אנדערע האלב נאר געטראפן פאר זיי א פתח חרטה, איז ער געווארן זייער ברוגז אויף אים, און דאן איז שמעון בן שטח אנטלאפן. ווען ער איז שפעטער צוריק געקומען, האט אים ינאי המלך געפרעגט פארוואס ער האט חוזק געמאכט פון אים, האט שמעון בן שטח געענטפערט: "איך האב בכלל נישט חוזק געמאכט פון דיר. דו האסט געהאלפן די נזירים מיט דיין געלט, און איך האב זיי געהאלפן מיט מיין חכמה".
עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צו העלפן אידן חתונה מאכן די קינדער. מען קען זיי העלפן מיט געלט, און מען קען זיי העלפן מיט חכמה און שכל. מען קען אריינברענגען דעם פשוטן שכל אין מענטשן אז מען דארף נישט קוקן אויף א צווייטן נאר אויף זיך אליין, און אז מען דארף נישט אויסגעבן קיין געלט אויף לופטיגע זאכן וואס מען האט נאכדעם גארנישט דערפון.
דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלע אידן זאלן קענען חתונה מאכן די קינדער רואיגערהייט מיט שמחה און פרייד, אן קיין איבריגע דאגות און עגמת נפש, און זען פיל אידיש נחת פון אלע קינדער געזונטערהייט.
שמחה מתוך שמחה