כלים מקוה "מקוה פרידריך" אין שטעטל פארענדיגט
טו טבת תשפ"ה 📝
דער אויבערשטער האט אונז באפוילן אין די הייליגע תורה, אז יעדע כלי וואס מען קויפט פון א גוי, איידער א איד נוצט דאס דארף דאס ווערן גע'טובל'ט כהלכה אין א כשר'ע מקוה. עס זענען דא מענטשן וואס טובל'ען כלים אין מקוה אין בתי מדרשים וואס איז געמאכט זיך צו טובל'ען יעדן אינדערפרי פאר מען גייט דאווענען, אבער נישט אלע ווייסן אז נישט אלעמאל איז עס כשר אויף טבילת כלים. עס זענען דא מקואות אין שולן וואס זענען גוט אויף א מקוה פון יעדן טאג, אבער נישט אויף קיין דאוריתא'ס.
דאס אויסער דעם וואס א אפילו א מקוה וואס איז געבויעט געווארן כשר למהדרין דורך א דיין, איז עס אבער נישט אייביג צוטריטליך, און בפרט פאר פרויען און מיידלעך וואס זיי קויפן געווענליך איין די נייע כלים זיי קענען נישט קומען אין בית המדרש. דערפאר איז א שמחה צו מעלדן אז יעצט האט דער שטאט קרית ברסלב ליבערטי זוכה געווען צו באקומען דער גאר וויכטיגער סערוויס וואס א אידישע שטאט דארף האבן, א מקוה פאר טבילת כלים.
דער מקוה וואס מען האט געבויעט אינעם בנין פונעם באזאר און דער קיאסק אויף 462 טווין ברידזש רד. איז אפן פיר און צוואנציג שעה במשך דער מעת לעת, און פילע אנשי שלומינו האבן זייער אסאך ארויסגעהאלפן מיט אלעם וואס מען האט געדארפט. מו"ה אברהם פרידריך הי"ו האט אויפן בקשה פונעם ראש ישיבה שליט"א זיך אריינגעלייגט אינעם פראיעקט, און האט מנדב געווען די גרויסע הוצאות דערפון, און דערפאר טראגט דער מקוה דער נאמען "מקוה פרידריך".
דער דיין און די רבנים פונעם כולל זענען כסדר אראפ געקומען און אנגעוויזן וויאזוי מען דארף עס בויען כדי עס זאל קענען באקומען א כשרות סטעמפל פונעם דיין, און ב"ה נאך אן ארבעט פון עטליכע חדשים איז דער נייער מקוה געווארן פארענדיגט מיט'ן הכשר פונעם דיין וואס האט זיכער געמאכט בסייעתא דמשמיא אז עס איז אויסגעהאלטן בתכלית הכשרות.
עס קומט זיך א גרויסן דאנק פארן איש החסד מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו וואס האט אנגעפירט די גאנצע קאנסטראקשן שלא על מנת לקבל, פאר מו"ה שבתי מזרחי, וואס האט צוגעשטעלט די קאנקריט פאר קאסט פרייז, פאר מו"ה שמעון אביש הי"ו וואס האט דורכגעפירט די גאנצע קאמפליצירטע גראב ארבעט ריין לשם מצוה, און פאר הר"ר שלמה רוטה הי"ו וואס איז געשטאנען צו די האנט די גאנצע צייט מיט אלעם וואס האט אויסגעפעלט.
מה מקוה מטהר את הטמאים אף הקדוש ברוך הוא מטהר את ישראל