מיט גרויס צער און טרויער נעמט כלל ישראל ישראל אויף די נייעס איבער די פטירה פון איינע פון די גרויסע צדיקים פון אונזער דור, א איד וואס האט געדינט דעם אויבערשטן מיט מסירת נפש, און האט דערווארעמט אידישע הערצער צום בורא כל עולמים, דער סקולענע רבי זי"ע וואס האט צוריק געגעבן זיין נשמה צום בורא כל עולמים נאך א לענגערע תקופה וואס כלל ישראל האט איינגעריסן וועלטן פאר זיין רפואה, אבער נעכטן מוצאי שבת, (תענית כז עב) כוין ששבת, וי אבדה נפש, האט דער צדיק אויסגעהויכט זיין לויטערער נשמה.
 
דער רבי האט איבערגענומען דער כסא ההנהגה פון די קהלה הקדושה סקולען ווערנדיג דער ממלא מקום פון זיין גרויסן טאטן דער פריערדיגע רבי זי"ע וואס איז נפטר געווארן לחיי העולם הבא מיט בלויז בערך פינף יאר צוריק, און מען האט געהאפט אז דער גרויסער נפטר דער עובד השם בתמימות וועט פירן די עדה הקודשה אויף לאנגע געזונטע יארן, האט אבער אין די קורצע צייט אויפגעטון גדולות ונצורות, טויזנטער אידן האבן זיך מתחמם געווען לאורו, געשעפט יראת שמים און חיזוק פונעם רבי'ן, מען האט צוגעזען א פייערדיגע דאווענען, און בכלל אן עבודת השם וואס האט געפאסט פאר א פארצייטישע רבי, בפרט ביי די הייליגע טישן מיט די ווארימע דיבורים און די הייליגע סקולענע ניגונים וועלכע האבן אויסגעוואשן אידישע הערצער צום אויבערשטן.
 
אין די זעלבע צייט איז דער רבי געווען א דמות פון חסד, ווען ער האט אויסגעטיילט שווערע געלטער פאר צדקה פאר פילע צובראכענע הערצער, בפרט האט ער געטראגן נאנט צו זיין הארץ די הייליגע מוסדות "חסד לאברהם" וואס האט גענומען פאר א ציל צו מקרב זיין אידן צום אויבערשטן, א מוסד וואס האט בכלל נישט געברעגט קיין כבוד פאר'ן רבי'ן אויף דער עולם השקר, עס האט נישט געטראגן דעם "אימעדזש" וואס סקולען שטעלט פאר, עס האט נישט אויפגעשטעלט תלמידים וואס האבן זיך געשאקעלט ביים רבי'נס טיש, אבער דער רבי האט נאר געקוקט אויף יענע וועלט, אויף די גרויסע זכות פון ממשיך זיין אין די וועגן פון זיינע הייליגע עלטערן און האט מחזק געווען און געשטארקט אידישע קינדער וואס ווילן נאנט ווערן צום אויבערשטן, און האט געטון אלעס וואס ער האט געקענט אז נאך א איד זאל וויסן פון שמע ישראל, און פון די הייליגע אמונה.
 
יעצט אז דער הייליגער רבי איז נסתלק געווארן, ליגט אויף אונז דער פליכט צו ערפילן דעם גרויסן חלל וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט, מיר דארפן זיך שטארקן מיט הפצה, און נישט קוקן אויף אונזער כבוד, און טון וואס אימער מעגליך צו מפיץ זיין די הייליגע ספרים וואס האבן שוין א גוטן טרעק רעקארד אז זיי טוען אויף און ראטעווען אידישע קינדער, און ברענגען זיי צוריק צום אויבערשטן, און דאס וועט זיין די גרעסטע זאך וואס מיר קענען טון לעילוי נשמת דעם הייליגן רבי'ן רבי ישעי' יעקב בן ישראל אברהם זי"ע צו גיין אין זיינע הייליגע וועגן וואס ער האט אונז אויסגעלערענט.
 
אין די יעצטיגע שעות קומט פאר די גרויסע לוי' אין בארא פארק ביים סקולענער בית המדרש, און דערנאך גייט דער לוי' פארזעצן אין מאנסי, ווי דער רבי וועט קומען לקבורה סמוך ונראה צו זיין גרויסן טאטן און זיידן אינעם וויזניצן בית החיים.