לאמיר זיך דערמאנען פון זומער: שוויצן און היצן
טו כסלו תשפ"ד 📝
ר' יעקב שפאצירט געמיטליך אין א רואיגן זומערדיגן שבת נאכמיטאג, ער זעט אז יעצט איז זייער א געשמאקע וועטער ארויסצוגיין כאפן א שפאציר מיטן אויבערשטן, עס בלאזט א לייכטע ווינטל, די זון שמייכעלט אונטער די וואלקענעס, און ער שפירט דעם באשעפער'ס וועלטל ווי עס רופט אים, "קום ארויס רעדן צום אויבערשטן צווישן אונז, קום אריין אין פעלד צווישן די ביימער און גראז און שמועס דיך אויס דיין הארץ", אומר ועושה, ער עפענט אויף דעם טיר פון זיין פארטש, גייט אראפ עטליכע טרעפ צו די גראז, און הייבט אן זיין שפאציר שמועס צווישן די גראז און ביימער, ווי ער עפענט זיך אויף זיין הארץ ווי ער בענקט צום אויבערשטן, און דאנקט דעם אויבערשטן פאר אלע זיינע חסדים וואס ער טוט מיט אים, ביי בערך פופצן צוואנציג מינוט אין זיין שפאציר הייבט ער אן צו שפירן ווי עס הייבט אן צו קומען טראפענס וואסער פון זיין פנים, און אזוי נישט מיר נישט דיר, איז זיך די זון ארויסגעקומען, און די טעמפעראטור האט זיך געהויבן מיט א שיינע פאר נומערן. דאס האט געמאכט ר' יעקל טראכטן "פארוואס האט דער באשעפער געמאכט מיר זאלן שוויצן ווען מיר ווערן הייס?", "וואס איז די תועלת פון שוויצן?", שטייענדיג יעצט אנפאנג ווינטער ווען מיר דארפן זיך ארומוויקלען מיט שאלן און הענטשוך ווען מיר גייען ארויס אין גאס, איז געשמאק צו טראכטן פון די זומערדיגע דאגות פון שוויצן...
מיר אויף דער וועלט רעדן זיך נישט איין אפילו פאר איין רגע אז מיר פארשטייען דעם אויבערשטענ'ס דרכים, און אז מיר ווייסן "פארוואס" עפעס פאסירט, אבער פארט איז כדאי צו זען די וואונדער פון באשעפער און זען די גרויסע חסדים וואס דאר אויבערשטער טוט מיט אונז יעדע רגע, און אפילו זאכן וואס זעען אויס אומבאקוועם, זענען באמת א געוואלדיגע טובה פארן מענטש, און עס איז אויך עפעס וואס ער דארף דאנקען דערפאר דעם אויבערשטן.
שוויצן איז א קריטיש וויכטיגע זאך פאר א מענטש, אויב א מענטש וואלט נישט געשוויצט וואלט ער געווען אין א גאר גרויסע סכנה טאג טעגליך. דער אויבערשטער האט באשאפן אז די טעמפעראטור אין א מענטש'ס קערפער דארף זיין ביי 98.6 פערנהייט (אדער 37 צעלסיוס), אויב א מענטש איז אויסגעשטעלט פאר א לענגערע צייט צו מער היץ, צי דורך וויילן אין א הייסע סביבה, צי זאל עס זיין דורך ארבעטן שווער, האט דער אויבערשטער באשאפן אינעם מענטש ספעציעלע "שווייס גלענדס" וועלכע געבן ארויס פיצעלעך טראפעלעך וואסער ארויס צו די אויבערפלאך פון די הויט, און דער אויבערשטער האט אזוי איינגעשטעלט אז ווען וואסער ווערט עוועפארירט (וואס מיר זעען דאס אלץ "וואסער וואס האט זיך אויסגעטרוקענט") וועט עס ארויסצוען ענעריגע-היץ פון די פלאץ אויף וואס ער זיצט, און דערמיט וועט זיך די וואסער טוישן פון א פליסיגע פארעם צו א געז, און ווערן וואסער וואס איז אויסגעמישט מיט די לופט, און דאס איז בכח אפצוקילן א מענטש.
האט איר שוין אמאל געטראכט פארוואס ווען מען קומט ארויס פון מקוה שפירט מען זייער קאלט, אבער ווען מען ענדיגט זיך אפווישן איז די טעמפעראטור געשמאק? דאס קומט צוליב וואס די פילע וואסער טראפענס וואס ווערן "אויסגעטרוקענט" פונעם קערפער וואס קילט אפ דעם מענטש.
אבער, דאס איז נאר אויב דער מענטש איז אין א טרוקענע פלאץ, ווייל ווי געזאגט, וואו גייט דאס וואסער? עס ווערט "אויסגעמישט" מיט די לופט, און לופט האט א שיעור וויפיל וואסער עס קען אריינעמען. קאלטע לופט קען נעמען ווייניגער וואסער, און הייסע לופט קען נעמען מער וואסער, און דערפאר ווען א מענטש וועט נעמען א שויער אין א קליינע פלאץ און די גאנצע לופט וועט שוין זיין דאס מערסטע "נאס" וואס מעגליך, וועט מען בכלל נישט שפירן אז די נאסקייט מאכט אים קאלט, אבער אין די רגע עס קומט אריין טרוקענע לופט אינעם צימער הייבט מען גלייך אן צו שפירן א קעלט.
עס זענען דא מענטשן וואס די שוויצן מעכאניזם ארבעט נישט אזוי גוט, געווענליך קליינע קינדער און עלטערע מענטשן, ביי זיי איז וויכטיג אז מען זאל אכטונג געבן אז זיי זאלן נישט זיין אויסגעשטעלט צו קיין גרויסע היצן, כדי אויסצומיידן סכנות.
אויך איז כדי צו באטאנען אז ווען מען שוויצט געבט די קערפער ארויס איר אייגענע וואסער וואס זי דארף זייער וויכטיג האבן צו קענען פונקציאנירן געזונט, און ווען מען איז אויסגעשטעלט צו שוויצן איז זייער וויכטיג צו טרונקען גענוג כדי צו צוריק אנפילן די רעזערווארן פון וואסער. און אויך ביי דעם זענען קינדער און עלטערע געווענליך שוואכער, זייער דורשט חוש איז שוואך, און מיר דארפן זיכער מאכן אז די קינדער און די עלטערע אויף וועמען דער באשעפער האט אונז געגעבן אחריות זאלן טרונקען גענוג.
נאכדעם וואס ר' יעקב האט אריינגעטראכט אין די געוואלדיגע חסד פון אויבערשטן וואס פאר טובה דער באשעפער טוט מיט אים אז ער קען שוויצן, האט ער צוגעלייגט נאך א דאנק צום אויבערשטן "ישר כח באשעפער אז איך שוויץ"!