מיט קוים א וואך צוריק האבן מיר דא באריכטעט אז מען האלט שוין אט אט ביים לאונטשן דעם לאנג פארצויגענעם פראיעקט פונעם ברסלב סענטער שאפ עפפ. געלויבט דער אייבערשטער, אז די דעוועלאפמענט פונעם עפפ איז געגאנגען שנעלער ווי געראכטן, און היינט קענען מיר שוין מעלדן, אז יא, דער עפפ איז שוין אוועילעבל פארן ציבור צום נוצן.
 
דער עפפ איז א סערוויס וואס ווערט צוגעשטעלט צו דאונלאודן בחנם סיי אויפן "גוגל פלעי" מארקעט, און סיי אויפן "עפל עפפ" סטאר.
 
דער עפפ איז ברוך השם ארויסגעקומען זייער שיין, געשמאק, און גרינג, מען קען זייער גרינג זען דעם אויסוואל אויף פארשידענע מיני אופנים, מען קען זוכן "קאלעקשאנס", מען קען זוכן "קאטעגאריעס" און נאך, מען קען סארטירן די אייטעמס אויף פארשידענע מיני אופנים, לויט די א"ב, לויט די פרייז, לויט די פאפולערקייט, און אזוי ווייטער.
 
אלע אויסוואלן זענען זייער שיין קלאר און גרויס, מיט א געשמירטע שנעלע עקספיריענס בעזרת השם יתברך, איר וועט דארט טרעפן די פילע ספרים, קונטרסים, סידיס, יו-עס-בי'ס, בילדער, און נאך זאכן אויף אידיש, לשון הקודש, ענגליש. אלעס ווערט פארקויפט פאר גאר גוטע פרייזן. צום ביישפיל עס זענען דא 168 קונטרסים וואס ווערן פארקויפט פאר בלויז $1.49 א שטיק, 20 קונטרסים (אביסל דיקערע) פאר $1.99 א שטיק. און איבער אלעם, אויב קויפט מען פאר איבער $35 איז די דעליווערי (אין די פאראייניגטע שטאטן) געצנליך בחנם!
 
דא איז א לינק צו ביידע עפפ פלאטפארמעס, פאלגענד איז א לינק צום עפפ אויפן "גוגל פלעי" סטאר, און אט איז די לינק צום עפפ ביים "עפל" סטאר.
 
📚 מעשה'לע פאר קינדער #1