לאקאלע באפעלקערונג אין שטאט אומאן ווערט וואקסינירט אין בעפארברייטונג צו ראש השנה
יז תמוז תשפ"א 📝
די אוקריינע רעגירוג האט געלאזט אין גאנג א ברייטע "וואקסינאציע דרייוו" ספעציעל פאר די איינוואוינער פון שטאט אומאן, און זענען ארויס מיט א רוף צו אלע איינוואוינער פון שטאט, און בפרט די וועלכע זענען פארמישט אין די צוגרייטונגען פאר ראש השנה, אז זיי קענען קומען זיך וואקסינירן קעגן די קאוויד 19 ווירוס, און אזוי ארום וועלן זיי קענען זיין רואיג טראץ די גרויס אנלויפעניש פון די פילע אינטערנאציאנאלע געסט וואס קומען אריין פון איבער די וועלט, אז זיי וועלן נישט אריינברענגען די אנשטעקיגע קרענק צו די לאקאלע באפעלקערונג.
די רעגירונג אין אוקריינע וואס האלט נאך אין די ערשטע שטאפלען פון וואקסינירן אירע בירגער, האט געלייגט די שטאט אומאן אלץ אן ערשטע פריאריטעט, כדי צו בארואיגן די ארטיגע איינוואוינער וואס הערן כסדר די דערשראקענע באריכטן פון די מידיע וואס האקט אין קאפ א גאנצן טאג "קאראנע, קאראנע, קאראנע", און דאס דערשרעקט די צוהערער זייענדיג זיכער אז יעדער אויסלענדישער באזוכער ברענגט מיט זיך דעם אנשטעקיגן קאראנע ווירוס.
דער וואקסינאציע צענטער אין שטאט אומאן איז צושטאנד געקומען נאך פילע זיצונגען פון דער געזונטהייט מיניסטעריום און נאך פילע אפטיילונגען פון די אוקריינע רעגירונג, וואס האט א שטארקע אינטערעסע אז דער יערליכער קיבוץ פון אנשי שלומינו אויף ראש השנה זאל קענען צושטאנד קומען דאס יאר ראש השנה אויפן בעסטן פארנעם, און האט דערפאר באשלאסן צו עפענען דעם וואקסינאציע צענטער אין איינע פון די מיטלען צו קענען האלטן אפן דעם גרעניץ.
אידן איבער די וועלט נעמען אויף די פאזיטיווע נייעס מיט גרויס פרייד, און זענען ווייטער מתפלל ביים אייבערשטן אז דער הייליגער קיבוץ זאל ווייטער קענען אנגיין אן קיין מכשולות, און מען זאל גיין און קומען קיין אומאן געזונטערהייט, און פועלן אלעס גוטס ביים הייליגן רבינס ציון.