דער יום טוב ל"ג בעומר ווערט געפראוועט אין די גאנצע אידישע וועלט מיט גרויס שמחה. אבער ווי נאך שפירט מען די שמחה פון ל"ג בעומר ווי ביי אנשי שלומינו. דער הייליגער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אום ל"ג בעומר "די חתונה איז דארט, אבער דר חתן איז דא", דער הייליגער רבי איז מגלה אין די ערשטע תורה אין ליקוטי מוהר"ן די גרויסקייט פון הייליגן רבי שמעון, ווי דאס וואס דער הייליגער רבי שמעון זאגט אין די גמרא "חס ושלום שתשתכח תורה מישראל" גייט ארויף אויף די הייליגע ספר "זוהר הקודש וואס דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי האט איבערגעלאזט אויף דער וועלט, ווי דער היילגער תנא איז מעיד אויף זיך אז בזכות דער הייליגער ספר וועלן אידישע קינדער ארויסגיין פון גלות און דאס האלט אונז היינטיגע צייטן מיר זאלן קענען לעבן מיט'ן אויבערשטן אפילו אין שווערע דור. אנשי שלומינו האבן יעדער א שיעור אין זאגן די הייליגע ווערטער פון זוהר הקדוש און תיקוני זוהר, וואס אפילו מען פארשטייט עס נישט, ווייסט מען אז נאך די הונדערט און צוואנציג וועט מען האבן די זכי' צו לערנען אין ישיבה פון הייליגן רבי שמעון וואס וועט אונז אויסלערען מיר זאלן באגרייפן די הייליגע זאכן וואס ער שרייבט.
 
ביי אנשי שלומינו האט דער גרויסער טאג א באזונדערע באדייט, מען שפירט זיך מקושר צו דעם צדיק, וואס דער הייליגער שרייבט אז ער איז מרומז אין דעם פסוק "כי לא תשכח מפי זרעו" און "עיר וקדיש משמיא נחית", וואס מען האט אויסגעקריצט איף די טויער פון זיין הייליגן ציון אין מירון געבויט אויף די רמז וואס דער הייליגער רבי האט מגלה געווען.
 
דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אז ער האט געהאט די זכיה צו מתפלל זיין מוצש"ק ביומא דהילולא אינעם מערה, און דערנאך האט ער זיך געפריידט אין די חצר מיט די גרויסע שמחה פון רבי שמעון. דער ראש ישיבה שליט"א האט מפתלל געווען פאר אידישע קינדער, און האט אינזין געהאט אלע תלמידים.
 
אבער אויך ביי אנשי שלומינו פון חוץ לארץ פראוועט מען דעם הייליגן טאג ל"ג בעומר מיט שמחה און פרייד שירות ותשבחות צום גרויסן הייליגן באשעפער אז ער האט געשיקט אזא תנא אלקי רבי שמעון, אונז צו מגלה זיין די הנאה וואס דער אייבערשטער האט פון יעדן איד באזונדער אויף דער וועלט.
 
אין שטעטל וועט מען בעז"ה פראווען דעם גרויסן טאג ווי יאר יערליך אנגעהויבן מיט א הדלקה ביים חצר הבית המדרש אויף האשקי, ווי מען וועט אנצינדן א גרויסע פייער און דערנאך טאנצן און שפרינגען מיטן גאנצן ברען. דערנאך וועט זיין אם ירצה השם צוגעשטעלט א געשמאקן סעודה אין בית המדרש ווי מען וועט זיך וואשן און הערן שיינע דיבורים לכבוד דעם גרויסן טאג.
די הדלקה וועט אם ירצה השם פארקומען היינט זונטאג נאכמיטאג אום זיבן אזייגער, דערנאך וועט זיין די סעודה.
 
תורתו מגן לנו היא מאירת עינינו