אין אלע בתי מדרשים פון היכל הקודש וועט מען זיך בעזרת השם צוזאם קומען היינט דאנערשטאג נאכט צו א סעודת ל"ג בעומר און זיך פרייען בהילולת התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. 
 
אין וויליאמסבורג וועט מען זיך צוזאם קומען אין בית המדרש היכל הקודש אויף 27 סקילמאן סטריט היינט דאנערשטאג נאכט אום 8:30 ווי עס וועט זיין צוגעשטעלט א שיינע סעודה, און מען וועט הערן שיינע דיבורים והתחזקות וואס מען קען ארויסנעמען פון דעם הייליגן טאג.
 
און קרית יואל וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם נעמען אין בית המדרש היכל הקודש אויף 8 פרעמישלאן וועי אום 8:15 אווענט ווי מען וועט זיך פרייען אין דעם גרויסן טאג, און הערן דברי התחזקות פון הייליגן רבין, וואס מען קען מיטנעמען פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי.
 
אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי וועט מען זיך צוזאם קומען ביים בית המדרש היכל הקודש אויף 181 האשקי ראוד אום 6:00 נאכמיטאג ווי די גאנצע שטעטל וועט זיך צוזאם קומען פראווען א גרויסע הדלקה לכבוד ההילולא, און דערנאך וועט מען אריינגיין אין בית המדרש און פראווען א שיינע סעודת הילולא און הערן דברי התחזקות פון אנשי שלומינו.
 
ווער עס וויל קען נאך נעמען א חלק אין די סעודות לכבוד התנא האלוקי רבן שמעון בר יוחאי, אזוי אויך ווער עס וויל קען נאך מנדב זיין די סגולה פון ח"י ראטל משקה. מען קען זיך ווענדן צו די געטרייע גבאים.
 
תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו