אין אלע בתי מדרשים פון היכל הקודש וועט מען זיך בעזרת השם צוזאם קומען מארגן דינסטאג ל"ג בעומר צו א סעודה זיך צו פרייען בהילולת התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.
 
אין קרית יואל וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם נעמען אין בית המדרש היכל הקודש אויף 8 העיס קט. אום 8:00 אווענט ווי מען וועט זיך פרייען אין דעם גרויסן טאג, און הערן דברי התחזקות פון הייליגן רבין און גיין אין די וועגן פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי.
 
אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי וועט מען זיך צוזאם קומען ביים בית המדרש היכל הקודש אויף 181 האשקי ראוד אום 6:00 נאכמיטאג ווי די גאנצע שטעטל וועט זיך צוזאם קומען פראווען א גרויסע הדלקה לכבוד ההילולא, און דערנאך וועט מען פראווען אין בית המדרש א שיינע סעודה לכבוד דעם גרויסן טאג און הערן דברי התחזקות פון אנשי שלומינו. די סעודה איז נתנדב געווארן דורך אנשי שלומינו, און איז אנגעפירט געווארן מיט גרויס געטריישאפט דורך דעם גבאי מו"ה דוד לאקס הי"ו.
 
ווער עס וויל קען נאך נעמען א חלק און מנדב זיין פאר די סעודות אדער זיך באשטייערן מיט ח"י ראטל משקה לכבוד התנא האלוקי רבן שמעון בר יוחאי קען זיך ווענדן צו די לאקאלע גבאים.
 
 
תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו