דער "לוח ברסלב" וועלכע קומט שוין ארויס פילע יארן, איז וואויל באקאנט פאר אנשי שלומינו און געפונט זיך אין טאש פון יעדע תלמוד היכל הקודש, עס האט א באזונדערע בלאט פאר יעדע וואך אין יאר, און אין די זייט איז דא הערליכע מאמרים פון מוהרא"ש זי"ע איבער די זמן פון יאר וואס מ'שטייט, וואס וועקט אויף דעם מענטש איבער די אוצרות וואס מען קען אריינכאפן אין דעם וואך אדער חודש.
און אין צוגאב צום דאטום, קען מען זען די שיעורים כסדרן פאר יעדן טאג, דער בי"ת נצחי די בלאט גמרא, ירושלמי און תוספתא פאר יענעם טאג, וואס איז א ממש א הכרח פאר יעדן תלמוד היכל הקודש צו וויסן.
דער לוח איז געווארן נאך מער אויפגעכאפט אין די לעצטע יארן, ווען דער קרן הדפסה האט אריינגעלייגט גרויסע כחות און הערליך איבערגעמאכט דעם לוח מיט שיינע געשמאקע קלארע אותיות, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א געהייסן צולייגן די נ"ך און רמב"ם פונעם טאג, אזוי אז דער לוח וועט זיכער צוגעבן פאר יעדעם אסאך הרחבת הדעת.
אזוי אויך האט דער קרן הדפסה אריינגעלייגט גרויסע כחות אז דער לוח זאל ארויסקומען בסייעתא דשמיא א דבר נאה ומתוקן אן קיינע גרייזן.
דער נייער לוח פארן יאר תשפ"ב קען מען שוין באשטעלן אויפן ברסלב סענטער געשעפט, צו די צופרידענהייט פון אנשי שלומינו.
דרך אגב, קומט אריין א פרישע נייעס פון ברסלב סענטער געשעפט, אז אויפן גרויסן פארלאנג האט מען אריינגעברענגט פילע ספרים פון הייליגן רבין און רבי נתן, וואס מ'קען טרעפן אין די אפטיילונג פון ספרים/לשון הקודש אויפן וועבסייט. מען האפט אין די נאנטע טעג צו משלים זיין און אריינברענגען "אלע" ספרים פון היליגן רבין. 
היום אם בקולו תשמעו
🛒 צו באשטעלן דעם לוח
📖 ליקוטי מוהר"ן
📖 ספר המידות
📖 ליקוטי עצות
📖 ימי מוהרנ"ת
📖 ליקוטי תפילות

📖 חיי מוהר"ן