דער ברסלבער לוח געפונט זיך אין טאש פון יעדן תלמוד היכל הקודש, אויף יעדע זייט איז דא הערליכע מאמרים פון מוהרא"ש זי"ע איבער די זמן פון יאר וואס מ'שטייט, וואס וועקט אויף דעם מענטש איבער די אוצרות וואס מען קען אריינכאפן אין דעם וואך אדער חודש.
 
אזוי אויך איז צוגעצייכענט יעדן טאג אלע שיעורים כסדרן, דער בלאט גמרא, ירושלמי און תוספתא פאר יענעם טאג, וואס איז א ממש א הכרח פאר יעדן תלמוד היכל הקודש צו וויסן.
 
דער לוח איז געווארן נאך מער אויפגעכאפט אין די לעצטע יארן, ווען דער קרן הדפסה האט אריינגעלייגט גרויסע כחות און הערליך איבערגעמאכט דעם לוח מיט שיינע געשמאקע קלארע אותיות, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א געהייסן צולייגן די נ"ך און רמב"ם פונעם טאג, אזוי אז דער לוח וועט זיכער צוגעבן פאר יעדעם אסאך הרחבת הדעת.
 
און אזוי ווי אין די לעצטע יארן האט דער קרן הדפסה אריינגעלייגט גרויסע כחות אז דער לוח היי יאר זאל ארויסקומען בסייעתא דשמיא א דבר נאה ומתוקן אן קיינע גרייזן.
 
דער נייער לוח פארן יאר תשפ"ג הבעל"ט קען מען שוין באשטעלן אויפן ברסלב סענטער געשעפט, און איז דא צו באקומען אין אידיש אדער לשון הקודש פאר בלויז $1.99 צו די צופרידענהייט פון אנשי שלומינו.
 
היום אם בקולו תשמעו
📖 לוח ברסלב תשפ"ג
📖 ספרי מוהרא"ש אויף ראש השנה