אין איינקלאנג מיט'ן ציל פון קהלת היכל הקודש צו פארשפרייטן אמונה אין אידישע קינדער, צו מקרב זיין משיח דורך דערנענטערן אידן צום באשעפער, ווערט געטון פילע פעולות, אלעס מיט'ן זעלבן ציל. די דרשות, ספרים, קונטרסים, תלמוד תורה, הפצה, האטליין, וועבסייט, און אזוי ווייטער, אלע צילן די זעלבע זאך, צו ערוועקן אידישע נשמות און זיי דערמאנען אז מיר האבן א טאטע וואס ווארט אויף אונז, ער איז דא נעבן אונז מיט אונז, אייביג און איבעראל.
 
די מוזיק ווידיאס דינט דעם זעלבן צוועק, אויף א געשמאקע און ציענדע וועג רעדן מען ווערטער פון אמונה, וואס מיט דעם פלאנצט מען איין אין זיך דעם "אין עוד מלבדו".
 
היינט איז ערשינען א פרישע גאר פראפעסיאנאלע מוזיק ווידיא מיט'ן נאמען "א לידעלע", אינעם ניגון ווערט אויסגעשפילט ווי דער ראש ישיבה שליט"א מיט עטליכע אינגע תלמידים אנגעטון ווי אין דער אלטער היים שפאצירן אין די פעלדער מיט שאף און רינדער, מען האקט האלץ מען פלאנצט און מען שניידט אין די ענדלאזע הערליכע גרינע פעלדער, ווען בשעת מעשה זינגט מען זיך אונטער דעם "לידעלע" וואס דער הייליגער צדיק דער קדושת לוי זיעועכ"י האט פארפאסט אויף אידיש מיט'ן ציל צו אריינפלאנצן אין אידישע הערצער די ריינע אמונה, און מ'זאל וויסן סיי ווען ס'גייט גוט און סיי ווען ס'איז חלילה פארקערט איז עס אלעס פונעם אויבערשטן. "רבונו של עולם, איך וויל צו דיר א לידעלע זינגען, אנא אמצאך? וואו טאטע זיסער, קען איך דיר טרעפן? און וואו טאטע זיסער קען איך דיר נישט טרעפן? ואנא לא אמצאך? ווייל וואו איך גיי איז דאך דו, און וואו איך שטיי איז דאך ווייטער דו, אז עס גייט מיר גוט, איז דאך דו, און אז חלילה פארקערט איז דאך ווייטער דו, מזרח איז דאך דו, מערב איז דאך דו, צפון איז דאך דו, און דרום איז דאך דו, שמים איז דאך דו, ארץ איז דאך דו, מעלה איז דאך דו, און מטה איז דאך דו", ווען אינצווישן לאזט זיך דער ראש ישיבה מיט די תלמידים אין א פרייליכע קאדאטשקע טאנץ אויף די פרייע פעלדער "מזרח איז דאך דו, מערב איז דאך דו, צפון איז דאך דו, און דרום איז דאך דו, שמים איז דאך דו, שמים איז דאך דו, ארץ איז דאך דו, מעלה איז דאך דו, און מטה איז דאך דו".
 
דער גאנצער מוזיק ווידיא לאזט איבער דעם צוקוקער א געוואלדיגע רושם פון השגחה פרטית, מען דערמאנט זיך פונעם טאטן וואס געפונט זיך איבעראל און אין יעדן מצב.
 
דער ראש ישיבה צוזינגט זיך דערנאך ווייטער "אז עס גייט מיר גוט, איז דאך דו, און אז עס איז דו, גייט מיר גוט, דו דו".
 
דער פראיעקט איז ערמעגליכט געווארן דורך די ברייטהארציגע נדבה פון מו"ה יענקי פיש הי"ו פון קאסטום שאורום.
 
"א לידעלע"