היינט ביינאכט - פסח שני - געפאלט אויס די יארצייט פונעם הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, וואס זיין ציון איז אין טבריה, אינעם באקאנטן איקאנישן געביידע מיט שווארצע שטיינער מיט'ן גרויסן קאפל אויפן דאך. די גרויסקייט פונעם הייליגן תנא דארף מען נישט מאריך זיין, ווי דער תנא האט געווידמעט זיין לעבן צו העלפן אידישע קינדער, און אריינצופלאנצן די אמונה אין זיי.
 
אויך דארף מען נישט ערקלערן די גרויסקייט פון צדקת רבי מאיר בעל הנס, דאס איז געבן צדקה פאר עניי ארץ הקודש, וועלכע געבן זיך אוועק זייער לעבן פארן אויבערשטן, און לערנען מיט די קינדער די הייליגע תורה.
 
דער ראש ישיבה האט אוועקגעשטעלט די מוסדות אין ארץ הקודש על טהרת הקודש מיט ווייניגער פון דריי יאר צוריק מיט קוים צוויי קינדער, וואס איז זיך צואוואקסן צו זעקס מוסדות אויסגעשפרייט איבער ארץ ישראל. אין ירושלים איז דא א ישיבה, א חדר מיט א סקול. אין בני ברק - א חדר, און און טברי' א חדר מיט א סקול. די מוסדות פארמאגט היינט א בודזשעט פון 136,000 שקלים א חודש, מען דארף באצאלן פאר זיבן מלמדים, און פיר טיטשערס, און היינט צו טאגס לערנען אין די מוסדות אין ארץ ישראל 73 תלמידים ותלמידות בלי עין הרע.
 
דער ראש ישיבה באגלייט די מוסדות אויף טריט און שריט, און גייט אן מיט גרויס הצלחה, די קינדער וואקסן אויף מיט די קלאר אמונה, ריין און תמימות'דיג, און פון די אנדערע זייט רייף און גרייט צום לעבן. אין די מוסדות לייגט מען א גרויסע דגוש אויף מידות טובות, סיפורי צדיקים, סדר דרך הלימוד. דער זכות פון געבן פאר אזעלעכע מוסדות איז אין לשער ואין לתער. יעצט פסח שני לכבוד די יארצייט פונעם הייליגן תנא רבי מאיר בעל הנס, קען נישט זיין מער פאסיג צו געבן פאר די צדקת רבי מאיר בעל הנס. נאך מער, דער גבאי פון רבי מאיר בעל הנס הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א האט געמאלדן אז פאר א נדבה פון $72 וועט מען נאך אריינכאפן מען זאל אויפלייען א קוויטל ביים ציון הקדש אינעם יומא דהילולא, ווי מען וועט זיכער פועלן אלעס גוטס. און פאר א נדבה פון $500 וועט דער ראש ישיבה שליט"א אליינס ליינען אייער קוויטל ל"ג בעומר ביים הייליגן ציון פון רבי שמעון בר יוחאי אין מירון.
 
צו באקומען א זכות פון א קוויטל קען מען רופן דעם גבאי רבי מאיר בעל הנס הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א אויף 347-466-2410, אדער קען מען עס שיקן דורך בי-פעי טעקסט סיסטעם (שיקט א טעסקט "JOIN" צו 845-385-2400). און אינעם זכות פון שטיצן די הייליגע תורה און אינעם זכות פון רבי מאיר בעל הנס, און רבי שמעון בר יוחאי וועלן אלע זיכער געהאלפן ווערן מיט אלעם וואס מען דארף.
 
אלקא דמאיר עננו