ליכטיגע חנוכה טעג אין ישיבה
כז כסלו תשפ"ב 📝
די געהויבענע טעג פונעם יום טוב חנוכה, ווערן אויסגענוצט געווארן אין ישיבה מיט א שטארקייט, די בחורים לערנען זייער פלייסיג, אויסנוצענדיג די השפעות פונעם הייליגן יום טוב אויפ'ן בעסטן פארנעם.
ביי די שיעורים אין חנוכה האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך ארומגערעדט פון די חיזוק וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די נסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט די אידישע קינדער בימים ההם בזמן הזה, ווי אזוי די קליינע הייפעלע פון די הייליגע חשמונאים האבן באזיגט די גרויסע און מעכטיגע מיליטער פון די יוונים, ווי אזוי זיי האבן צוריק אויפגעבויעט דעם צעבראכענעם בית המקדש, און כאטש וואס די יוונים האבן מטמא געווען אלע אויל, האט דער אייבערשטער אבער געהאלפן אז מ'האט געטראפן א קליין קריגעלע אויל וואס איז געווען גענוג נאר פאר איין טאג, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז ס'האט געברענט פאר אכט טעג.
דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז כאטש וואס ס'איז דאך געווען אזויפיל צרות דעמאלטס, דער גאנצער בית המקדש איז געווען צעבראכן און טמא, וואלטן דאך די חשמונאים געקענט מאכן אויף דעם א טרויער טאג, האבן זיי זיך אבער זייער געפריידט און געמאכט א פרייליכער יום טוב מיט די קליין ביסל טהור'ע אויל וואס זיי האבן געטראפן. דאס לערנט אונז אז אפילו א מענטש שפירט ביי זיך אז ער אינגאנצן צעבראכן און טמא, זאל ער נישט אויפגעבן און אריינפאלן אין א יאוש, נאר ער זאל זיך שטארקן און אויפזוכן דאס קליין קריגעלע טהור'ע אויל וואס ער האט נאך יא, און זיך פרייען דערמיט. יעדער איד איז פול מיט מצוות ומעשים טובים, חז"ל זאגן אז אפילו פושעי ישראל זענען מלאים מצות כרמון, און זיך זייער פרייען אז ער איז זוכה צו עסן כשר'ס, ער היט שבת, ער גייט מיט ציצית, ער טוט אן תפלין, ער האט א בארד און פאות, און אזוי ווייטער האט יעדער איד גענוג און נאך גוטע זאכן מיט וואס ער קען זיך זייער פרייען. און אז ער וועט זיך פרייען מיט די ביסל גוטס וואס ער האט אין זיך, וועט דאס שוין ברענגען אז ער וועט ווערן אינגאנצן גוט. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה שליט"א ביי די שיעורים ארויסגענומען אסאך התחזקות פונעם יום טוב חנוכה, וואס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר.
די גאר הערליכע און אינהאלטסרייכע דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, פול מיט עצות און הדרכות ווי אזוי זיך צו קענען אן עצה געבן אין לעבן ברוחניות ובגשמיות, און מצליח זיין אויפ'ן בעסטן פארנעם. זענען שוין היינט ברייט באקאנט איבער די גאנצע וועלט. מ'קען מיטהאלטן יעדן טאג אלע שיעורים דא אויפן וועבסייט ביי די אלבומם/שיעורים אפטיילונג.
אזוי אויך קען מען הערן אלע שיעורים אויף בארימטן "קול ברסלב" ליין, 212-444-9191, אזוי אויך האט דער קול ברסלב האטליין א גאר אינהאלטסרייכע אפטיילונג ספעציעל פאר חנוכה, ווי מ'קען הערט פילע שיעורים, דרשות, און מעשיות, לכבוד חנוכה. דרוקט 1 פאר אידיש, 1 און 9 פאר עניני דיומא, און דערנאך 4 פאר די חנוכה אפטיילונג.
בני בינה ימי שמונה קבעו שיר ורננים!
🎞️ הדלקת הנרות ביים ראש ישיבה אינדערהיים
📚 די הייליגע שובבי"ם טעג - 18 קונטרסים, יעדע פאר בלויז $1.49