ליל שישי שיעור פון ראש ישיבה שליט"א פארגעקומען אין בארא פארק
ו כסלו תשפ"ד 📝
דעם פארגאנגעם דאנערשטאג איז דער שיעור ליל שישי פארגעקומען אין בארא פארק, דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די גבאים אין בארא פארק אז ער וויל דארט זאגן די שיעור, צוליב וואס זיינע עלטערן האבן געמאכט א שבע ברכות פאר זיין שוואגער, און זיי האבן געבעטן דער ראש ישיבה זאל קומען, דערפאר האט דער ראש ישיבה געוואלט אז ער זאל קענען אריבערגיין תיכף נאכן שיעור און מקיים זיין כיבוד אב.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט זייער א שיינע חיזוק שמועס פאר די אינגעלייט, דער ראש ישיבה האט אראפ געלייגט דאס וואס רש"י זאגט אז די לצים האבן חוזק געמאכט פון אברהם אבינו, אז יצחק איז נישט זיין קינד, "פופציג יאר וואס אברהם און שרה זענען חתונה געהאט, און פונקט נאכדעם וואס שרה ווערט געקידנעפט דורך אבימלך האט זי א קינד"? האבן זיי געטענה'ט, אלע קעפלעך פון די צייטונגען האבן געשריבן א מזל טוב פאר אבימלך וואס איז געהאלפן געווארן מיט א קינד, זאגט רש"י אז דערפאר שטייט אין פסוק "יצחק בן אברהם, אברהם הוליד את יצחק", צו זאגן אז די לצים זענען נישט גערעכט. האט דער ראש ישיבה געפרעגט, די תורה איז דאך געשריבן געווארן אפאר הונדערט יאר שפעטער, איז וואס האט דאס געהעלפן קעגן די לצים אז די פסוק שרייבן ארויס "אברהם הוליד את יצחק", האט דער ראש ישיבה געזאגט אז די פסוק שרייבט דאס נישט פאר די לצים, מיט לצים קען מען זיך נישט טענה'ן, די פסוק זאגט דאס פאר אונז אז מיר זאלן וויסן אז אויך אין אברהם אבינו'ס צייטן זענען געווען לצים, און אזוי אויך אין אלע דורות.
א לץ מיינט נישט איינער וואס מאכט דזשאוקס, א לץ מיינט איינער וואס מאכט אוועק, ער מאכט קאלט, ער טוט וואס עמלך פלעגט טון "אשר קרח בדרך", ער קען נישט פארנעמען אז איינער וואס פלעגט זיין דער ראש המדברים אין יעדע קופקע איז פלוצליג געווארן א פרומער, אייביג זעט מען אים מיט א משניות, ווען איינער פרעגט אים "וואס איז נייעס", ענפטערט ער די יאנטשי ענטפער "נייעס? משניות"... און ער זוכט מיט אלע וועגן אים אוועק צו מאכן, ער מאכט נישט קיין וויצן, ער זאגט אזעלע זאכן ווי "עס איז נישט אזוי פשוט", "מען האט נישט געהאלטן דערפון", "זיי זענען די סטרא אחרא" און אזוי ווייטער.
מוהרא"ש פלעגט טייטשן די משנה "ודע 'מה' שתשוב לאפיקורס", פאר א לץ אן אפיקורס איז דא איין ענטפער "וואס?", ווען א לץ דרייט דיר א קאפ "וואס איז דאס זאגן משניות?" זאג אים "וואס"? און אז ער זאגט דיר איבער "זייט ווען קען מען דאווענען משניות", זאגט אים ווידער "וואס?", און אז ער פרעגט דיר "דו הערסט נישט" זאג אים נאכאמאל די זעלבע תירוץ "וואס?", ביז ער וועט פארשטיין אז ער דארף זוכן א צווייטן וועם משוגע צו מאכן.
דער ראש ישיבה האט זיך צוגעאיילט, און אנדערש ווי געווענליך ווען דער ראש ישיבה שליט"א בלייבט זיצן און אנשי שלומינו האבן די געלעגענהייט צו צוקומען און פרעגן שאלות, איז דער ראש ישיבה תיכף צוגעגאנגען צום שבע ברכות.
ביים שבע ברכות האבן זיך באטייליגט גרויסע רבנים פון שטאט לכבוד די חשובע מחותונים, און דער ראש ישיבה'ס טאטע האט מכבד געווען דעם ראש ישיבה שליט"א צו רעדן. דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט פון ליקוטי מוהר"ן שיינע זאכן און איבער דעם וואס נאך די חתונה דארף א מענטש זיך אראפ גנב'ענען צייט צו לערנען, ווי דער רבי טייטשט אז דאס וואס מען פרעגט אויף יענען וועלט "קבעת עתים לתורה" מיינט אז כאטש מען פארשטייט אז דו האסט חתונה געהאט, ביסט א פארנומענע מענטש, דארפסטו זען צו גנב'ענען צייט צו לערנען. ווייל קובע איז אויך א לשון פון גנבנען.
די חשובע רבנים האבן זיך זייער באדאנקט פארן ראש ישיבה שליט"א און אים געזאגט אז זיי הערן צוריק פון אידן ווי שטארק דער ראש ישיבה איז משפיע פאר אידישע קינדער, זיי הערן צוריק פון אינגעלייט וואס האבן ממש אויפגעלעבט זייט זיי האבן געטראפן די ספרים פון הייליגן רבין.
דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען ווייטער זיך שטארקן אין עבודת ה' און זוכה זיין צו זיין אמת'ע ערליכע אידן.