שאלה: איך האב באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך. הצלה האט געקויפט א נייע אמבולאנס, אבער דאס מאל האבן זיי געקויפט א הויכע "ספרינטער" טייפ הצלה אמבולאנס. איך וואונדער מיך פארוואס מען דארף האבן אזא הויכן הצלה קאר.
 
ענטפער: אין די קארידארן האט זיך געטון אסאך אין די לעצטע צייט. עס איז געגאנגען אויף טישן און בענק. זה אומר בכה, וזה אומר בכה. וואס איז געשען? איבער וואס טענה'ט מען זיך? זיי האבן זיך לעצטנס געמוטשעט מיט א נייע אנשיקעניש. עס האט שוין פאסירט מער ווי איין מאל אדער צוויי מאל: פונקט אינמיטן די שענסטע צייטן ביי אידישע קינדער, ווען מען איז זוכה מען פירט אונטער א קינד אונטער די חופה און די קינדער שטעלן אויף א נייע אידישע שטוב, פלוצלינג ווערט א פאניק. אינמיטן די טענץ, דער מחותן אליין, מיט זיין נייע, הויכן לעבעדיגן שטריימל, ווערט פלוצלינג בלאס; ער פילט זיך נישט גוט. ער קוקט זיך ארום אויף זיינע קרובים, זיינע פריינד, שכנים און באקאנטע, ביי וועמען ער האט געמוזט בארגן און שנארן. ער פילט זיך ליידער שלעכט; זיין הארץ קען נישט אויסהאלטן די שרעקליכע פרעשור און די הויפענס חובות, און ליידער מוז מען אים אפפירן אין שפיטאל.
 
די וואלונטירן טוען זייער ארבעט געטריי, און מען באגלייט דעם מחותן ארויס פונעם זאל, אבער דא הייבט זיך אן די עכטע פראבלעם. דער נייער שטריימל פיט פשוט נישט אריין אין דעם אמבולאנס! וויאזוי קען מען דאס צולאזן, אז דער מחותן אינמיטן זיין געהויבענע שמחה, זאל חלילה און חס איבערלאזן זיין שטריימל אז עס זאל קאליע ווערן? דער שטריימל האט דאך שוין געקאסט אזויפיל עגמת נפש און מען איז אריין אין אזעלכע גרויסע חובות דערפאר, און יעצט זאל אלעס גיין לטמיון צוליב אזא זאך?
 
עס זענען אפגעהאלטן געווארן היציגע אסיפות מיט די עסקנים און מיט'ן הצלה קאמיטע. מען האט אראפגערופן דעם ליעזאן פונעם מעיאר'ס אפיס, און אפילו די "חכמי כעלעם פון די פאדקעסטס האט מען אריינגעברענגט אינעם בילד. נאך פילע איבעררעדונגען און שווערע לאביאינג השתדלות, איז מען געקומען צו א באשלוס אז מען מוז טרעפן א לעזונג צום פראבלעם. מען האט געשאפט נדיבים און רעגירונגס פאנדן צו קויפן נייע אמבולאנסן מיט א ספעציעלע הויכע דאך, אזוי אז נישט נאר דער 2026 שטריימל זאל אריינפיטן, נאר מען האט אויך געטראכט פאראויס אויפ'ן עתיד. די עקספערטן זאגן דאך אז אין די קומענדיגע פינף ביז צען יאר וועט דער שטריימל וואקסן מיט לכל הפחות נאך צען אינטשעס, דעריבער האט מען זיכער געמאכט אז די דאך איז גענוג הויך נאכצוקומען די אלע באדערפענישן.
 
עס איז דא נאך אן עצה, וואס איז סיי פיל גרינגער און סיי פיל שווערער. דאס איז זיך צו האלטן און פאלגן די עצות פון צדיקים. הייב אן צו לעבן מיטן אויבערשטן, און דו וועסט שוין מער נישט מורא האבן וואס מענטשן וועלן זאגן. הייב אן רעדן צום באשעפער, און דו וועסט איינזען אז מ'קען סייווי נישט צופרידנשטעלן יעדן איינעם. דעמאלטס וועסטו קענען זיין באמת פרייליך פורים און א גאנץ יאר.
 
א גאנץ יאר, פרייליך, א גאנץ יאר פרייליך, פרייליך זאל מען זיין.