לכבוד פרשת מקץ, האבן מיר באזוכט אין א מוזעאום, ווי זיי זאגן האבן זיי געטראפן די ביינער פון די קוען פון פרעה'ס חלום. ארכעלאגן האבן געגראבן אין מצרים, מען האט געוואלט בויען א בנין, און מען האט געטראפן פרעה'ס חלום בהקיץ: מיר האבן זיך נישט געפוילט און געגאנגען קוקן, אין פרעה'ס חלום האט מען געזען דארע קיען, וואס פארמאגן נישט צו זייער נאמען גארנישט (אויסער אסאך חובות...), און מען האט זיי געזען אריינגיין אין א מלחמה מיט די פעטע קוען. מען גייט זיי באקעמפן און אויפעסן.
 
א חתונה קאסט הונדערט טויזענט דאלער? מער נישט. מען גייט מאכן א "כח", מען עסט אויף דער ערשטער פעטע קו, דער תנאים, מען גייט עס נאר מעגן מאכן אין די תקנות זאל, מסודר. דער צווייטער קו, דער שריימל. מעג מען קויפן נאר איינס, און עס מעג נישט קאסטן מער פון 1,500 דאלער; מוזיק? מען גייט נעמען די זשעי - כמעט בחנם, פאר די חתונה נאכט, מען שטעלט צו חתונה נאכט פעקעדזש פאר האלב/דריטל פרייז, מען מאכט שטרענגע תקנות (וואס "יעדער" פאלגט זיכער) נישט קויפן מתנות אויף ט"ו בשבט און ט"ו באב און שבת נחמו, קיינער קויפט מער נישט קיין מגילה און אתרוג פושקע פאר זיין חתן. מיר האבן עס באוויזן! תקנות איז נישט די עצה? קוק אהער, מיר האבן אויפגעגעסן אלע פעטע קוען!
 
אבער ויהי לפלא, מיר קוקן אויף די דארע קוען, און מיר שטעלן זיך פאר אז עס וועט זיך "עפעס" אנזען אז זיי האבן אויפגעגעסן אזלעכע פעטע קוען, אבער "לא נודע כי באו אל קרבנה...", מען נעמט א פען און א פאפיר, די חתונה קאסט נאך אלץ הונדערט טויזענט דאלער. און יעדער וואונדערט זיך, וואס גייט דא פאר, פארוואס הערט מען נאך אזוי פיל קרעכצן? וויאזוי קען זיין אז מען האט נאכנישט באוויזן צו לייזן דעם פראבלעם?
 
לאמיר זען וואס יוסף האט אן עצה געגעבן, און פארוואס פרעה האט נישט אויסגעהערט די פתרון פון די אלע חרטימים, אבער האט אנגענומען יוסף'ס עצה. די כישוף מאכערס האבן געזאגט, וועסט האבן זיבן טעכטער, און דערנאך וועלן זיי שטארבן, וועסט בויען זיבן שטעט, און זיי וועלן חרוב ווערן. אבער יוסף האט אנגעהויבן אנדערש, "בלעדי, אלקים יענה את שלום פרעה", איך האב נישט קיין עצה, איך וועל בעטן דעם אויבערשן, און אזוי וועלן מיר טרעפן אן עצה. דא ליגט די שליסל צום פראבלעם. אויב א מענטש טראכט "כח היחיד", "כח הציבור", "כח התקנות", וועט מען גארנישט אויפטון, אויב דארף איך ווייזן אז "איך קען", דארף איך אויך ווייזן ווער איך בין, "איך" שטעל צו בשר, און "איך" טראג א שטריימל פון צען טויזענט דאלער. אבער אויב נוצט מען דעם "כח הצדיק", מען הערט וואס דער צדיק זאגט, און מען גייט צום אויבערשטן, כאפט מען אז אויף דער וועלט וועט מען סייווי נישט האבן קיין כבוד. אדרבה, קוקט זיך אום אויף דער וואס כאפט עס נישט, ער האט אזעלעכע בזיונות פאר די מינוטן איינגערעטע כבוד. עס איז אפשר נישט שיין, אבער קוק וואס מען רעדט אויף אים אונטער זיין רוקן, מיר ווילן נישט שמוציג מאכן דעם פאפיר דערמיט. אבער זאגט אליינס: קען מען באקומען כבוד פון מענטשן? עס איז א זאך וואס מען קען נישט דערגרייכן, אבער כבוד פון באשעפער קען מען יא באקומען. וויאזוי? מיט יעדע קליינע זאך וואס מען טוט פאר זיינעט וועגן, באקומט מען כבוד אין הימל, דארט רעש'ן אלע עולמות "קוק דארט פארט א טראק דרייווער מיט א משניות אין זיין טאש, ער זיצט אין טרעפיק און ער עפענט אויף זיין משניות", אלע מלאכים זענען מקנא דעם מענטש, דער זוהר הקדוש איז אונז מגלה, און דער צדיק חזר'ט עס מיט אונז כסדר וואס פארא באגלייטן דער פשוט'סטער איד האט ווען ער גייט אין שול צו גיין דאווענען, אלע מלאכים שרייען "מאכטס פלאץ פאר'ן בן מלך וואס קומט צו זיין טאטן".
 
מענטשן וואונדערן זיך וואס האט חתונה מאכן מיט שכל מיט ברסלב? און דער ענטפער איז דער וועג וויאזוי מען מאכט חתונה האט גארנישט דירעקט מיט ברסלב, דער צדיק געבט אין אונז אריין אזא דעת, אזא אמונה, אזא שכל, דער מענטש ווערט אזוי פרייליך מיט זיין לעבן, ער באקומט אזויפיל סיפוק פון די מצוות ומעשים טובים, ער באקומט אזא חיזוק אזא פאזעטיווע בליק אויפן לעבן, ער שפירט די כבוד פונעם אויבערשטן, און ער פארעקלט זיך פון די איינגערעדעט כבוד, און דאס ווערט גערופן "כח הצדיק" וואס איז בכח אויסצוהיילן א מענטש פון די פיער פרעשור דיזיס, ער ווערט באפרייט פון די קנעכטשאפט פון וואס וועלן מענטשן זאגן. און דערפאר מאכט מען חתונה אזוי ווי מען וויל באמת, און מען געבט אויס געלט נאר פאר זאכן וואס מען דארף באמת האבן.