גרשון קרעמער
 
די וואך וועט אי"ה פארקומען דער יערליכער קאמפיין, וואס טראגט דעם יאר דעם פאסיגן נאמען "לעבנסגעשיכטע". כשמו כן הוא - יעדער איינער האט זיין אייגענע לעבנסגעשיכטע. מיר געדענקען אלע גוט וויאזוי אונזער לעבן האט אויסגעזען איידער מיר זענען אנגעקומען און געטראפן דעם הייליגן רבי'ן, און מיר שפירן עס אלע אויף די אייגענע הויט וויאזוי דורך די הייליגע קהילה און מוסדות, וואס געבן אונז די הדרכה און עצות פונעם הייליגן רבי'ן, האט זיך אונזער לעבן דראסטיש געטוישט צום גוטן. מיר האבן באקומען א וועג-ווייזער צו א געשמאקן און פרייליכן לעבן אינאיינעם מיט'ן אויבערשטן. אבער דער אמונה-פאבריק "היכל הקודש" לייכט נישט בלויז אויף אונז וואס דרייען זיך דא טאג-טעגליך, נאר עס האט א מורא'דיגע השפעה אויף די גאנצע אידישע וועלט און בלאזט אריין פריש לעבן און חיזוק אין יעדן איד.
 
במשך דעם גאנצן יאר באקומען מיר אן אומשאצבארן אוצר פון מתנות, חיזוק, שיעורים און פערזענליכע בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א. יעצט איז די צייט - איין מאל א יאר - ווען מיר קענען ארויסווייזן אביסל פון אונזער הכרת הטוב. דער ראש ישיבה שליט"א האט די וואך געשריבן צענדליגער בריוו פאר אנשי שלומינו, בעטנדיג מען זאל נעמען דעם קאמפיין צום הארצן און טון למעשה מיט אלע כוחות. ער פארציילט אז ער האט אויף זיך א שווערן עול; גרויסע חובות פון איבער פיר מיליאן דאלאר ליגן יעצט אויף זיינע פלייצעס וואס לאזן אים נישט קיין מנוחה - און ער האט דאס נישט געטון פאר זיך אליין, ער טוט עס בלויז צו קענען בויען די קהילה און די מוסדות, כדי מיר זאלן האבן וואו צו לערנען און דאווענען און אונזערע קינדער זאלן האבן וואו אויפצוואקסן אויפן זיסן וועג. מיר קענען עס נישט נעמען לייכט; עס ליגט א פליכט אויף יעדן איינעם זיך אנצושטרענגען און ארויסנעמען דעם ראש ישיבה שליט"א פון די חובות.
 
דער קאמפיין וועט אי"ה אנהייבן איבערמארגן דינסטאג און וועט אנהאלטן דריי טעג ביז דאנערשטאג פרשת ראה. גאר אסאך האבן זיך שוין אנגערופן ווארעם צום רוף פונעם ראש ישיבה און האבן שוין אריינגעברענגט שיינע סכומים, נישט ווארטנדיג אויף דער לעצטער מינוט. דער קאמפיין וועט זיך ענדיגן דעם דאנערשטאג נאכט, ווען אנשי שלומינו וועלן זיך צונויפקומען צו א שיינעם מעמד. דארט וועט מען זיך מחזק זיין אינאיינעם אויפצוטרייבן די סכומים וואס פעלן נאך אויס. פרטים איבערן מעמד וועלן בעז"ה נאכפאלגן.
 
דער זייגער רוקט זיך שנעל, און די עטליכע טעג פונעם קאמפיין וועלן אריבערגיין גאר געשווינד. יעדע נדבה, קליין אדער גרויס, מאכט א גרויסן אונטערשייד און ברענגט דעם קאמפיין נענטער צום ציל. יעדער איינער וועט רופן זיינע חברים, משפחה און שכנים, און מיט דעם זיי אלע מזכה זיין מיט'ן געבן צדקה פאר די הייליגע מוסדות; די זכותים וועלן צוניץ קומען סיי פאר די גבאי צדקה און סיי פאר די נדבנים אויף דער וועלט.
 
די עסקנים זענען גרייט צו העלפן יעדן איינעם מיט סיי וועלכע הילף איבער'ן קאמפיין, ווי למשל עפענען א פערזענליכע בלאט, ארויסשיקן לינקס, טעכנישע הילף וכדומה. הייבט שוין אויף דעם טעלעפאן און נעמט אויף זיך א ציל! פארבינדט זיך צו די עסקנים אינעם קאמפיין צענטער אפיס אויף: 845-439-2525.
 
נדבנים וואס ווילן אנטייל נעמען און מחזק זיין די הייליגע מוסדות, קענען קליקן אויף די קאמפיין פלאטפארמע: charidy.com/breslev.
 
נעמט א חלק אין אונזער 'לעבנסגעשיכטע', און לאמיר אינאיינעם אראפשרייבן א נייע, פאזיטיווע קאפיטל פאר די ווייטערדיגע הצלחה און בליה פון די מוסדות!
 
 

פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.