עס איז ממש צום באוואונדערן די הערליכע אויסוואל פון גליונות, קונטרסים און מאגאזינען וואס קומען ארויס יעדע וואך, געשריבן דורך אנשי שלומינו וועלכע בעטן דעם אויבערשטן פארן זיך זעצן צום שרייב-טיש, אז זייערע ווערטער זאלן מקרב זיין די הערצער פון די ליינער צום באשעפער. זיי טוען עס מיט'ן גאנצן הארץ, מיט בלויז איין ציל: מחזק צו זיין און משמח צו זיין אידישע קינדער מיט די זיסע עצות פונעם הייליגן רבי'ן.
ס'איז שווער זיך פארצושטעלן וויאזוי מיר וואלטן אויסגעזען אן דעם הייליגן רבי'ן; ווער וואלט אונז געטרייסט, ווער וואלט אונז אויפגעהויבן, ווער וואלט אונז אריינגעגעבן א פאזיטיווע גייסט און אונז כסדר דערמאנט אז דער אויבערשטער איז מיט אונז. ברוך השם אשר לא השבית לנו גואל, ער האט אראפגעשיקט די נשמה פונעם הייליגן רבי'ן וואס קריכט אראפ צו אונז אין אונזער נידעריגן מצב און שלעפט אונז ארויס, ער ברענגט אונז צו מדריגות פון צדיקים, כדי מיר זאלן וויסן אז דער אויבערשטער איז דא מיט אונז און מיר קענען פשוט עפענען דאס מויל און רעדן צו אים.
דער באקאנטער גליון האט זיך אנגעהויבן גאנץ פשוט, ווען דער מנהל הר"ר מרדכי שליט"א האט געטראכט צוזאמצושטעלן אפאר שיינע ווערטער פונעם הייליגן רבי'ן אויף די סדרה, אביסל חיזוק און מעשה'לעך, כדי עס אויסצוטיילן פאר די קינדער אין חדר. ער האט בכלל נישט געחלומט אז ער גייט דא מאכן א וועלטס רעוואלוציע; אפילו אין זיינע ווילדסטע חלומות האט ער נישט געקלערט אז פופצן יאר שפעטער וועט דער גליון נישט נאר אנהאלטן מיט א שטארקייט, נאר עס וועט אויסוואקסן אזוי גרויס אז עס ווערט צעשפרייט איבער די גאנצע וועלט אין די מיליאנען.
היינט צוטאגס ווערט עס שוין איבערגעזעצט אין פארשידענע שפראכן, און נאך פילע אנשי שלומינו האבן זיך מיטגעכאפט מיט'ן וואגן און אנגעהויבן שרייבן אייגענע גליונות אנגעפילט מיט די זיסע אוצרות פונעם רבי'ן – יעדער לויט זיין שטייגער – איבער ענינים פון "חינוך", "טעראפי", "דרשות", "בחורים", "שיחות", "בריוו", "מיידלעך" און "מעשיות". דאס אלעס איז נאך אויסער דעם וועכנטליכן קונטרס "עצתו אמונה" וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט, און דעם באקאנטן "בלעטל" מיט אירע פילע אפטיילונגען.
דאס איז א מורא'דיגער לימוד פאר אונז אלע, אז מיר זאלן בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן קענען טרעפן א געלעגנהייט צו עוסק זיין אין הפצה, יעדער איינער אויף זיין וועג און יעדער לויט זיין שטייגער. עס קען זיך דיר דאכטן אז אלע אופנים פון הפצה זענען שוין פארכאפט און עס איז שוין גארנישט איבערגעבליבן פאר דיר צו טון, אבער באמת איז דאס נישט אמת. קודם כל קענסטו פשוט מאכן הפצה אויפ'ן פשוט'ן אופן; דו דארפסט נישט טון עפעס ספעציעל, ווייל די אלע גליונות און ספרים זענען גארנישט ווערט אויב זיי ליגן סתם אזוי אין שאנק. במשך די יארן זענען זיי פארשפרייט געווארן דורך הונדערטער מפיצים וואס נעמען די אלע גליונות און טיילן זיי אויס פאר אידישע קינדער. דערצו טוישט זיך די מציאות פון הפצה מיט די יארן: היינט זענען עס גליונות און קארטלעך, מארגן ווערט פאפולער א צווייטע זאך, און אויב מען בעט דעם אייבערשטן קענסטו זיין דער וואס וועט מאכן די קומענדיגע הפצה-רעוואלוציע.

אייער עיקר עסק זאל זיין אנטרינקען ביימער.