לעידיס אקזילער פון היכל הקודש בארא פארק העלפן ארויס קימפעטארינס
כד סיון תשפ"ג 📝
בארא פארק. - עס פריידט דאס הארץ צו זען ווי אנשי שלומינו לעבן מיט אזא ליבשאפט איינע צום צווייטן, ווי שטארק מען זוכט ווי מען העלפן א צווייטע איד ברוחניות ובגשמיות. עס דערקענט זיך אז דאס זענען תלמידים און תלמידות פון הייליגן רבין וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן, ווען מען זעט די חסד און דרך ארץ וואס הערשט צווישן אנשי שלומינו.
די פרויען פון היכל הקודש אין בארא פארק האבן זיך צוזאם גענומען און אנהויבן א פרישע חסד פראיעקט, דאס מאל איז עס צושטעלן היימישע נארהאפטיגע נאכטמאלס פאר משפחות פון קימפעטארינס פון די קהילה. דער פראיעקט ווערט אנגעפירט דורך די חשובע מרת גאנצפריעד תחי' אשת מו"ה שמעון הי"ו, און מיט איר האבן זיך אנגעשלאסן די פרויען פון אנשי שלומינו וואס געבן אוועק זייער צייט און כח צו צושטעלן די געשמאקע פרישע מאצלייטן פאר די משפחות אין צייט פון א שמחה. אזוי אויך האבן עטליכע אינגעלייט פון אנשי שלומינו זיך אנגעטראגן צו דעליווערן די פארטיגע מאכלים, און אזוי פארגרינגערן פאר די אפגעשוואכטע קימפעטארינס זי זאל קענען קומען צו די כחות בעזרת השם יתברך.
דא איז אויך די פלאץ צו מעלדן איבער די וועכענטליכע צוזאמקומפטן פון די פרויען פון אנשי שלומינו וועלכע קומען זיך צונויף יעדע וואך אין בית המדרש היכל הקודש אין בארא פארק אויף 4801 11טע סט. וואס קומט פאר געווענליך יעדע דינסטאג נאכט, ווי די פרויען זענען זיך מחזק אינאיינעם אנצוגיין מיט די עבודת הקודש טאג טעגליך, און מען הערט עצות און חיזוק פון הייליגן רבין וויאזוי מען שטארקט זיך נישט נאכצולאזן און נישט נאכגעשלעפט ווערן פון די גויאשע גאס. מען הערט אינאיינעם א רעקארדירטע חיזוק שמועס פונעם ראש ישיבה ספעציעל פאר די פרויען וואס קומען ארויס דערפון פריש און גרייט ווייטער צו אויפציען דעם אייבערשטנ'ס ארמיי די טייערע קינדער.
פרויען פון בארא פארק וואס ווילן זיך אנשליסן אין די חסד פראיעקט אדער ווילן וויסן מער איבער די וועכענטליכע פרויען געדערינג קענען זיך ווענדן צו מרת גאנצפריעד תחי', וועלכע וועט בעז"ה ארויסהעלפן מיט וואס מען דארף.