בשעת ווען אין די פארגאנגענע יארן פלעגט מען מאכן בלויז איין פארטי, און מען האט בעיקר געצילט פרויען שכנים, קרובים און באקאנטע, צוליב וואס עס זענען כמעט נישט געווען קיין פרויען פון אנשי שלומינו פאר וועם צו מאכן קיין פארטי. איז היינט ברוך השם איז אן אנדערע וועלט. היינט מאכט מען אכט באזונדערע פארטיס אין אכט באזונדערע שטעט. און מיטן וואוקס פונעם ציבור אנשי שלומינו צילט מען די פרויען פון אנשי שלומינו, וואס זענען ברוך השם ווארעם און פרייליך צו קומען און העלפן דעם ראש ישיבה און די הייליגע מוסדות, וויסענדיג אז ווען מען העלפט די מוסדות טוט מען נישט קיין טובה פאר קיינעם אויסער פאר זיך. מען העלפט אז די אייגענע קינדער זאלן קענען באקומען דעם ריינעם אויסגעטרעטענעם חינוך וואס די פריערדיגע צדיקים האבן אונז אויסגעטרעטן, און ווערט ווייטער געפירט אויפן זעלבן וועג דורכן ראש ישיבה שליט"א
 
די טייערע פרויען פונעם לעידיס אקזילערי האבן צוגעגרייט א הערליכע פראגראם פארן ווינטער פארטי, עס וועט זיין א הערליכע סלייד פרעזענטאציע, מען וועט הערן א שיינע שיעור פון ראש ישיבה שליט"א, עס וועלן זיין ווערטפולע ראפעלס פאר א מינימאלע נדבה וועט מען קענען געווינען א פוד פראסעסאר, א גיפט סערטיפיקאט ביי טויס טו דיסקאווער, און א דשעי בי על ספיקער.
 
עס וועט זיין א "דאָר פּרייז", און מאמעס פון קינדער אין די מוסדות וועלן באקומען א זיסע קלאס פיקטשער פון זייערע קינדער.  אזוי אויך וועלן סערווירט ווערן לייכטע ריפרעשמענטס.
 
די לעידיס אקזילערי ווערט אנגעפירט מיט גרויס געטריישאפט דורך די חשובע פרויען מאנשי שלומינו וואס לאדענען איין אלע פרויען צו קומען אנטייל צו נעמען, און הנאה האבן א געשמאק נאכט ווי מען וועט זיך מחזק זיין אינאיינעם.
 
די פארטיס וועלן פארקומען אין די קומענדיגע עטליכע טעג.
 
אין בארא פארק דורך די חשובע מרת קליטניק תחי'. דינסטאג, 9:00 אין בית המדרש היכל הקודש אויף 4801 11 עוו.
 
אין שטעטל קרית ברסלב דורך די חשובע מרת היימליך תחי' (אשת ר' מאטי), די חשובע מרת אינדיג תחי' (אשת ר' העניך), די חשובע מרת זוסמאן תחי' (אשר ר' לעמל), די חשובע מרת מזרחי תחי' (אשת ר' שבתי), און די חשובע מרת יאקאבאוויטש תחי' (אשת ר' יאסי), מאנטאג 8:30 אין תלמוד תורה היכל הקודש אויף 39 טשעסנאט סט.
 
אין סטעטן איילענד דורך די חשובע מרת שווארץ תחי' (אשת ר' אהרן שלמה), קומענדיגע וואך דינסטאג (בא) אום 8:30 אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 24 ווילער עוו.
 
אין וויליאמסבורג, דורך די חשובע מרת אפעל תחי' (אשת ר' אייזיק), דינסטאג 9:00 אין בית המדרש היכל הקודש אויף 27 סקילמאן סט.
 
אין טאמס ריווער דורך די חשובע מרת רוטנער תחי' (אשת ר' יצחק) דינסטאג 8:30 אויף 1418 אָקוואוד האַלאָו
 
אין מאנסי דורך די חשובע מרת פריעדמאן תחי' (אשת ר' זושא) דינסטאג 9:00 אויף 8 קאָלינס עוו.
 
אין קרית יואל, קען מען רופן די חשובע מרת שניטצלער תחי' (אשת ר' שלום) אויף 845-604-0710, וועט פארקומען מיטוואך 9:00
 
אין קרית טאהש קאנאדא דרוך די חשובע מרת פעלבערבוים תחי' (אשת ר' שמואל לייב) דינסטאג 8:30 אויף 371 טאהש רד.
 
די וואס ווילן מנדב זיין אויפן טעלעפאן קענען רופן מרת אפעל תחי' אויף 347-496-6683, מ'וועט קענען אריינגיין אין די רעפלס דורך טעלעפאן.