לעיקוואד וועט האבן די זכיה צו האבן דעם ראש ישיבה היינט דאנערשטאג נאכט
יד כסלו תשפ"ג 📝
די וועכענטליכע דאנערשטאג נאכט "ליל שישי שיעור" דארף נישט קיין הסברים, יעדע דאנערשטאג נאכט קומען זיך צוזאם צענדליגע אינגעלייט אין וויליאמסבורג צו מיטהאלטן דעם שיעור, וואס ווערט אויך לעבעדיג מיטגעהאלטן אין די היכל הקודש שולן אין קרית יואל, מאנסי, לעיקוואוד, קרית ברסלב.
ביים שיעור חזרט דער ראש ישיבה מיט אונז די הייליגע ווערטער פון מוהרא"ש זי"ע און געבט עצות און חיזוק געבויעט אויף די סדרה אדער יום טוב פון די וואך. דער ראש ישיבה איז מחזק צו לימוד התורה, מעביר סדרה זיין, רעדן שיין צו די ווייב, זיך אפגעבן מיט די קינדער, דאווענען דריי מאל א טאג מיט מנין, זיך פרייען מיט די פשוטע טאג טעגליכע מצות און אזוי ווייטער.
ווען מען קומט אריין צום שיעור פארגעסט מען וואו מען איז אויף דער וועלט, צוערשט הייבט דער ראש ישיבה אן מיט א געשמאקע ניגון וואס פירט אריין צום שיעור. מען הערט ווי דער ראש ישיבה צולייגט אזוי שיין מיט קליין געלט וויאזוי מען רעדט צום אייבערשטן אפילו שפירסט ווי דו קענסט נישט עפענען דיין מויל, מאך פון דעם אליינס א תפלה.
דער ראש ישיבה לאזט נישט אויס א וואך וואס ער זאל נישט רעדן פון שלום בית, און אז די ווייב און קינדער זענען נישט קיין גשמיות'דיגע זאכן וואס שטערן צו עבודת ה' נאר פארקערט דאס איז די גרעסעטע עבודת ה'. מען נעמט חיזוק פון דער ראש ישיבה אפצולאזן אלע כלים מכלים שונים און חלילה זיי נישט אהיים ברענגען.
די וואך האט דער ראש ישיבה באשלאסן אויף די בקשה פון אנשי שלומינו אין לעיקוואוד אז דער שיעור וועט פארקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש אין לעיקוואוד.
דער ראש ישיבה שליט"א וועט אי"ה פארקומען אום 9:00 אין בית המדרש אין צענטער פון שטאט לעיקוואוד אויף 215 איסט 5טע סטריט (אין בעק פון בנין).