לעכטיגע פורים טעג מיט'ן ראש ישיבה שליט"א
כב אדר ב' תשפ"ד 📝
מוצש"ק פורים ביים מגילה ליינען אין ישיבה מיט גרויס התעוררות האט מען געהערט ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט די פסוק "ואני לא נקראתי לבוא אל המללך זה שלושים יום" געשטיקט מיט טרערן, שפעטער ווען מען האט געפרעגט דעם ראש ישיבה דערויף האט ער ערקלערט אז מרדכי האט געזאגט פאר אסתר "גיי צום אויבערשטן, פרעג א צדיק", האט אסתר געזאגט "ואני לא נקראתי לבוא אל המלך, קיינער דארף מיר נישט, קיינער הערט מיר נישט אויס, קיינער הייבט נישט אויף קיין טעלעפאן אויף מיר, קיינער דארף מיך נישט, איך שפיר ווי דער אויבערשטער דארף מיך נישט, יעדעס מאל איך פרוביר, פאל איך טיפער, איך האב פארלוירן מיין רוח הקדושה, איך געפין מיך צווישן צלמים", און מרדכי שטארקט איר "לאז דיך נישט, פארליר דיך נישט, קוק נישט אויף די אלע חלישת הדעת, גיי ווייטער טו וואס דו האסט צו טון".
פורים אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געטרונקען זיבן כוסות וויין, קעגן די זיבן מידות און די שבעה רועים, ביים פערטן כוס האט דער ראש ישיבה געזאגט אז די פערטע פון די זיבן רועים איז משה רבינו, מידת נצח, די מידה פונעם הייליגן רבין "נצחתי ואנצח". דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אמאל פלעגט ער מאכן קידוש און הבדלה אויף וויין און נישט אויף גרעיפ דזשוס, אבער זייט איין מאל נאך פורים וואס ער האט געטרונקען א שווערע וויין, זייט דעמאלטס איז אים שווער צו טרונקען וויין, אבער - האט דער ראש ישיבה געזאגט - דאס איז נישט מסירת נפש - טרונקען וויין פורים, מסירת נפש איז אז מען גייט התבודדות יעדן טאג.
פון דעם האט דער ראש ישיבה זייער אסאך גערעדט פורים, יעדער וואס וואס איז אריינגעקומען האט ער געפרעגט וואס מיינט מען איז מקורב צו א צדיק? מקורב צום צדיק מיינט - האט דער ראש ישיבה כסדר געחזרט - אז מען רעדט צום אויבערשטן. די ערשטע זאך צופרי דארף מען רעדן צום אויבערשטן, אז נישט וועלן מיר זיך טרעפן ווידער אין צען צוואנציג יאר ארום און דו וועסט נאך אלץ נישט וויסן וואס מיינט מקורב צום צדיק, מיט וועלכע שטריק בינדט מען זיך צו צו א צדיק? זיי נישט קיין חכם, רעד צום אויבערשטן.
איינע פון די אינגעלייט זייענדיג בגילופין האט זיך אנגערופן איך מאך שוין התבודדות פינף יאר און עס העלפט מיר נישט. האט דער ראש ישיבה געענטפערט, קודם כל כאפסטו נישט אז דו רעסט בכלל נישט צום אויבערשטן, עס דאכט זיך דיך איך מאך התבודודות, און צווייטענס, מען טאר נישט זאגן אזא זאך. יעדע ווארט צום אויבערשטן העלפט זיכער. און דער ראש ישיבה האט אים געפרעגט פארוואס טראכטסו אז עס האט נישט געהאלפן? האט ער געזאגט "איך בעט שוין פינף יאר איך זאל נישט זיין קיין כעס'ן און נאך אלץ קען איך מיך אויפרעגן. האט אים דער ראש ישיבה געזאגט, זיכער קענסטו זיך אויפרעגן, ביסט נישט קיין מלאך, ביזט דען אזא בעל גאוה אז עס פאסט זיך נישט אז דו ביסט בסך הכל א מענטש און דו קענסט זיך אויפרעגן? און בכלל דאס אז דו בעטסט יעדן טאג אויף כעס איז גאר א גרויסע זאך, ווייל רבי נתן האט געזאגט אז א מענטש וועט בעטן א גאנצע לעבן צו זיין אן ערליכע איד, אפילו אויב ער וועט נישט מצליח זיין ח"ו, אבער וויבאלד ער האט געבעטן דערויף זיין גאנצע לעבן וועט ער באקומען שכר אויף יענע וועלט ווי א ירא שמים.
שושן פורים נאך שחרית האט דער ראש ישיבה געליינט די מגילה שנעל אן א ברכה, ער האט געזאגט אז אזוי האט זיך געפירט דער מונקאטשער רב, און אזוי אויך זיין זיידע, כדי זיך משתתף זיין מיט די שמחה פון די בני ירושלים.
נאך שחרית איז פארגעקומען א תיקון לע"נ א יארצייט פון איינע פון די מתפללים, דער ראש ישיבה שליט"א האט געוויזן אין ספר ארך אפים פון מוהרא"ש זי"ע וואס שרייבט אז די נשמות אויף יענע וועלט זענען מקנא א נשמה וואס האט איבערגעלאזט קינדער אויף די וועלט אין היכל הקודש.
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער האט זייער הנאה געהאט צו פארברענגען פורים מיט תלמידי היכל הקודש, ווייל דעמאלטס קומט ארויס די שיינקייט פון אנשי שלומינו, גאר אסאך זענען געקומען נעמען ברכות, אבער קיינער האט נישט געבעטן א ברכה אויף געלט, אבער אנדערע אידן וואס האבן נאכנישט פארזוכט פון די זיסע עצות פונעם רבין האבן געבעטן געלט, שפע, פרנסה, אבער תלמידי היכל הקודש זענען געקומען און געוויינט, "איך וויל זיין א ירא שמים, איך וויל לערנען, און וויל רעדן צום אויבערשטן", דאס איז די פנימיות פון די תלמידים פונעם הייליגן רבין.
להודיע שכל קווך לא יבוש ולא יכלמו לנצח כל החסים בך