קרעדיט מו"ה אלי קנאל הי"ו - פלען איט רייט 845-678-3555
 
אונזער פריערדיגע באריכט פון "פלען איט רייט" איבער די פלענער פון פלייטס אנצוקומען קיין אומאן האט געהאט א געוואלדיגע אפקלאנג ביים חשוב'ן ציבור אנשי שלומינו. עס זענען כסדר געווען ווענדונגען פון אנשי שלומינו וואס האבן געבעטן מיר זאלן לאזן וויסן וואס עס זענען געווארן פון די פלענער פונעם טשארטער, און אזוי אויך אלע אנדערע טיקעט אפציעס.
 
די "ברסלב סענטער" שטאב זענען כסדר געשטאנען אין פארבידונג מיט די חשובע טראוועל אגענטור "פלען איט רייט", וואס מיר קענען עדות זאגן וואס פאר א כוחות זיי לייגן אריין, און פרובירן דאס בעסטע צוצושטעלן פאר אנשי שלומינו, אז זאלן קענען פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, מיט די מערסטע מנוחת הנפש וואס מעגליך.
 
יעצט ווען עס איז שוין דא פרישע באשטעטיגטע אפדעיטס, זענען מיר פרייליך זיי מיטצוטיילן מיטן ציבור.
 
צום ערשט דארפן מיט צו אונזער גרויס באדויער באריכטן, אז דער דער פלאן פונעם טשארטער דירעקט קיין ריישא און דערנאך פארן מיטן באן קיין אומאן איז געווארן געקענסעלט. דאס איז צוליב דעם וואס דער עירליין איז נישט גרייט געווען צו ריפאנדן אין פאל ח"ו מען קען נישט פארן, א תנאי צו וואס "פלען איט רייט" האט זיך נישט געוואלט צושטעלן. אבער ברוך השם אז עס זענען דא פילע אנדערע אפציעס וואס מען קען נעמען.
 
צום ערשט זענען דא די אינדיווידואלע טיקעטס.
 
פון פלען איט רייט קומט א שטארקע רעקאמענדאציע צו פארן דורך פוילן. מען קען נעמען א פלייט קיין ווארשא (12 שעה ביז אומאן), קראקא (11 שעה) און ריישא (9.5 שעה)
 
דערנאך איז דא דער עירפארט אין יאס, ראמעניע דער וועג קיין אומאן נעמט 7.5 שעה (דורך ראמעניע, מאלדאווע, אוקריינא) דאס הייסט אז מען גייט אריבער צוויי גרעניצן, דער וועג וואס מיידט אויס מאלדאווע נעמט 10.5 שעה.
 
דער לעצטער אפציע (נישט רעקאמענדירט, צוליב דער נאכגעלאזטער מצב דארט) איז קישינוב, מאלדאווע. וואס נעמט 6.5 שעה ביז אומאן.
 
מען קען רופן אין אפיס פון "פלען איט רייט" פאר מער אינפארמאציע איבער די אינדיווידואלע טיקעטס וואס זענען ריפאנדעבל ביז צוויי טעג פאַרן פאָרן. אזוי אויך טוט "פלען איט רייט" שטארק רעקאמנדירן פאר די וואס נעמען די אינדיווידואלע טיקעטס צו נעמען א טיקעט אהיים דאנערשטאג נאך ראש השנה.
 
די נעקסטע אפציע זענען די גרופּ-טיקעטס. 
 
די מעלה פון די גרופּ-טיקעטס איז אז קומט שוין מיט קלארע פאראויס-באשטימטע פרייזן, קראקע-פוילן איז $925; ריישא-פוילן איז $1,365, נאכדעם קען מען נעמען א טיקעט וואס פארט אריין דורך יאס-ראמעניע, און צוריק פון קישינוב-מאלדאווע פאר $1,199.
 
פאר די גרופ-טיקעטס דארף מען געבן א $350 דיפאזיט ביים באשטעלן, און ביז דרייסיג טעג פארן ארויספליען דארף די גאנצע באלאנץ שוין זיין אויסגעצאלט. עס רעפאנדעבל נאר ביז 30 טעג פארן ארויספליען (אויסער $250). און דערנאך וועט מען גארנישט קענען ריפאנדן אפילו אין פאל מ'וועט ח"ו נישט קענען פארן.


דיסקלעימער: איבעראל ווי עס שטייט אינעם באריכט ווי לאנג עס געדויערט דער וועג קיין אומאן איז עס נאר בערך, אויך רעכענט עס נישט אריין די צייט פון ווארטן ביים גרעניץ, אזוי אויך איז עס נאר אויב מען פארט מיט א "קאר", ווייל מיט א באס נעמט עס לענגער.
 
ערליכע אידן און אוודאי חסידי ברסלב ווייסן אז אלעס וואס מיר ווילן קענען מיר באקומען נאר דורך תפילה, און בפרט דער נסיעה צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, וואס דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך פון אלע זייטן דאס צו שטערן, קען מען עס נאר איבערקומען דורך אסאך אסאך תפלה.