לעצטע געלעגנהייט זיך משתתף צו זיין אינעם "קמחא דפסחא" קאמפיין
ח ניסן תשפ 📝
אין די לעצטע וואך פאר דעם יום טוב פסח, גייט ווייטער אן די קמחא דפסחא קאמפיין צוזאם צו שטעלן געלט צו קענען אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע אין אונזערע מוסדות אויף פסח.
עס האלט יעצט ביי א מצב אז מען איז שולדיג איבער הונדערט טויזנט דאלער פאר די איינגעשטעלטע פון די מוסדות, פון די ישיבה, פון די תלמוד תורה און די סקול.
אין די יעצטיגע שווערע צייט, ווען די מוסדות זענען אפגעשלאסן, איז נאך פיל וויכטיגער צו שטיצן די חשובע מלמדים און איינגעשטעלטע וועלכע געבן זיך איבער בלב ונפש פאר די קינדער במשך די גאנצע יאר אין די פרידנס צייטן, און יעצט מוטשען זיי זיך צו קענען איינקויפן לכבוד יום טוב. מיט אייער ברייטע נדבה וועט איר קענען אריינברענגען א ליכטיגקייט אויף יום טוב אין פילע אידישע שטיבער.
אין די לעצטע יארן איז דער קאמפיין געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע הצלחה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אנשי שלומינו האבן זיך זייער ווארעם אנגערופן מיט גרעסערע סכומים, און מען האט געקענט אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע פאר פסח און זיי פארשאפט א שמחת יום טוב. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן אידן זיך אנרופן ווארעם אויך דאס יאר, און מיט דעם האבן א גלייכע חלק אין די הייליגע ארבעט.
רופט אריין צו געבן אייער ברייטהארציגע נדבה, 718-384-1652 - #101 . און לאזט איבער א מעסעדזש, אדער קענט איר טעקסטן צו 917-746-7317
כל דכפין ייתי ויכול!