לעצטע געלעגענהייט צו קויפן זכותים אין ספר ותחיין את הילדים חלק ג'
טז אלול תשפ"ה 📝
גרשון קרעמער
עס איז שווער אראפ צו לייגן מיט ווערטער די גרויסע רעוואלוציע וואס די ערשטע בענדער "ותחיין את הילדים" האבן אנגעברענגט. ריכטיג אז דעם רבינ'ס לימודים בכלליות גייט אריין אין די וועלט שטערקער און שטערקער מיט יעדע פארבייגייענדע טאג, מען זעט ווי אידן זוכן א צדיק א וועג ווייזער אין לעבן, מען וויל האבן א שטארקע קשר מיט'ן אויבערשטן, מען זוכט עצות אויף צו קענען לערנען, צו פארבעסער די שלום בית.
אבער ווען עס קומט צו חינוך איז די נאכפראגע פי כמה, דאס איז וויבאלד ווען עס קומט צו די טייערע קינדערלעך, דארט וועט א מענטש טון אלעס אויף דער וועלט זיי צו געבן די כלים צו מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות.
גארנישט שטייט אין וועג ווען מען זעט א ספר וואס "רעדט ווערטער", א ספר וואס געבט עצות וואס איז "רעאליסטיש" - מען קען עס מקיים זיין, אויספרובירט מעטאדן וואס ארבעטן. א ספר וואס איז כולו קודש נאר פון מקורות טהורים, געבויעט אויף די הייליגע תורה, ווערטער פון די צדיקים, דברי חז"ל, אויף די וועג וואס אונזערע עלטערן און רבי'ס נ"ע האבן אונז געלערנט.
זעענדיג די גרויסע צמאון ביים ציבור, ווי די ספרים ווערן צוכאפט תיכף ווי נאר עס קומט ארויס, האט דער קרן הדפסה געשפירט א פליכט צו ארבעטן גאר פלייסיג מען זאל קענען שנעל ארויסגעבן א פרישע באנד, טראצדעם וואס דער צווייטער איז נישט לאנג צוריק ארויס פון דרוק.
און ב"ה אז די עורכים האבן ווידער מצליח געווען בסייעתא דשמיא, און מען גרייט זיך שוין אין די טעג אט צו גיין צום דרוק אויפ'ן דריטן באנד. רוב זכותים זענען שוין פארקויפט געווארן. זכות מהדורה איז געקויפט געווארן דורך ר' אשר לעמל זוסמאן הי"ו, און וועט הייסן "מהדרות זוסמאן".
די זכותים פון די פרקים זענען שוין אויך כמעט אלע פארקויפט. זיי זענען געקויפט געווארן דורך ר' שלום יצחק מאסרי, ר' אפרים פעלדמאן, ר' דוד טשינאגל, ר' נחמי' דייטש, ר' לייבי ראטה, ר' יודא ווייל, ר' משה ראזענבערג, ר' אברהם יושע וועבערמאן, ר' שלמה בריסק, ר' יוסף הכהן פריעדמאן, ר' משה סאלז, ר' שלמה טויסיג, ר' שלמה זלמן גלאנדשטיין, לע"ר ר' צבי הירש ב"ר בנימין אייזיק, ר' בניהו אונגאר, ר' שלמה לאנדא, ר' משה שניטצער, ר' העניך אינדיג.
בלויז די לעצטע פיר פרקים זענען נאך אוועליבל. די זכות וועט זיין אייערס זייער לעד ולנצח נצחים, און וועט אייך ביישטיין בעולם הזה ובעולם הבא, צו ברכה והצלחה בכל מעשי ידיהם, צו מצליח זיין מיט די קינדער, און להכתב בכתיבה וחתימה טובה בספרן של צדיקים גמירים.
כאפט אריין איידער עס גייט צום דרוק, קויפט דער זכות פון א פרק פאר $1,000 אדער א זכות אינעם ספר פאר $500. רופט שוין דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449.
ותיראן המילדת את האלקים... ותחיין את הילדים... וייטב אלהים למילדת... ויעש להם בתים