לעצטע הכנות צו אומאן ראש השנה
כב אלול תשע"ז 📝
ווען מיר שטייען יעצט עטליכע טעג פאר'ן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, זענען אידן פארנומען צו מאכן די לעצט מינוטיגע הכנות אויף די געהויבענע נסיעה. די גאנצע ישיבה גרייט זיך איינאיינעם מיט פילע טויזנטער אידן פון איבער די וועלט צו פארן אויף ראש השנה קיין אומאן, צו נעמען דעם הייליגן רבי'ן פאר א גוטן אדוואקאט, אזוי ווי דער רבי האט צוגעזאגט אז ער וועט ארויסהעלפן יעדן וואס וועט קומען צו אים אויף ראש השנה, און זען אז מען זאל אים אנשרייבן א גוט געבענטשט יאר.
די פארגאנגענע יאר האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גאר א גרויסע סוקסעס דער רחבת'דיגער פלאץ וואס מיר האבן אהערגעשטעלט אין אומאן, וואו אלע אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש האבן פארברענגט דעם יום טוב אינאיינעם, בראשות דעם ראש ישיבה שליט"א. מען האט געגעסן די סעודות שבת ויום טוב אינאיינעם אינ'ם גרויסן עס זאל, עס איז צוגעשטעלט געווארן פילע פלעצער צו שלאפן, מיט אן אייגענע פריוואטע מקוה אויפ'ן ארט. און במשך די הייליגע טעג אין אומאן האט מען געהאט די זכי' צו הערן דרשות התעוררות און התחזקות פונ'ם ראש ישיבה שליט"א.
די תפלות דאווענט מען אינעם גיגאנטישן קלויז "היכל הקודש", וואס געפונט זיך הארט נעבן דעם ציון הקדוש אין אומאן. איינס פון די זאכן וואס מוהרא"ש האט אונז אנגעזאגט אין זיין צוואה איז אז מיר זאלן זיך האלטן אינאיינעם, נאר זיך שטארקן און מחזק זיין איינער דעם אנדערן, און נאר אזוי וועלן מיר ווייטער מצליח זיין. דעריבער קומען זיך צוזאם אלע אנשי שלומינו צו דאווענען אינאיינעם אינעם קלויז "היכל הקודש” אין אומאן, און צוזאמען איז מען ממשיך אלע גרויסע תיקונים פון הייליגן רבי'ן.
די הערליכע הארציגע תפלות האבן א גרויסן אפקלאנג, טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן קומען מיטהאלטן און דאווענען די תפלות מיטן היימישן געשמאק און מיט גרויס השתפכות הנפש. אזוי ווי עס איז ערווארטעט דאס יאר גאר א גרויסער ציבור מתפללים, האט מען פריש אויסגעשטעלט דעם גרויסן בית המדרש מיט פילע צוגעלייגטע זיצן, צו קענען ארייננעמען דעם גרויסן ציבור.
מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר זוכה זיין צו די אלע הבטחות פון הייליגן רבי'ן, און אהיים קומען מיט פילע זעק ישועות און רפואות.
ראש השנה שלי עולה על הכל!