לעצטע פון די משכונות באפרייט פון געפענגעניש נאך צוויי יאר
כז תשרי תשפ"ו 📝
נאך צוויי יאר פון ביטערע מלחמות צווישן די צוויי זייטן, איז אנגעקומען דער מינוט. כאמאס האט ארויסגעלאזט די לעצטע 20 פארבליבענע לעבעדיגע משכונות וואס זיי האבן געהאט.
מען קען נישט פארשטיין די שווערע איבערלעבענישן וואס די משכונות זענען אריבער, זייענדיג פארכאפט ביי מערדער פאר וועמען א לעבן פון א מענטש האט נישט קיין ווערד. און אין די זעלבע צייט קען מען נישט משיג זיין וואס זייערע משפחות זענען אריבער. זייער אסאך האבן שוין געהאט אויפגעגעבן האפענונג אז מען וועט זיי נאך אמאל זען צוריק לעבעדיג - מען האט פארשטאנען אז כאמאס וועט אלץ וועלן האלטן כאטש א טייל פון די משכונות כדי זיי זאלן האבן עפעס מיט וואס צו סטראשען.
אבער נאך אזויפיל תפילות פון אידישע קינדער, האט דער אויבערשטער געהאלפן אז אלע זענען ארויסגעקומען אויף דער פריי. אידן זענען מתפלל אז דער האקעלער "פייער אפשטעל" זאל אנהאלטן, נאכדעם וואס מען הערט כסדר באשולדיגונגען פון ביידע זייטן אז דער אנדערער האט פארלעצט דעם אפמאך.
דאס איז א געוואלדיגע לימוד פאר אונז. דו שפירסט זיך געפאנגען ביים סמ"ך מ"ם, ער האט ארויפגעלייגט זיינע שמוציגע לאפעס אויף דיר, ער וויל דיר בשום אופן נישט ארויסלאזן, ער שרייט דיר אין קאפ "דו בלייבסט ביי מיר אויף אייביג, דו האסט נישט קיין וועג ארויס"? עס איז נישט אזוי. אז מיר וועלן נישט אויפגעבן, מיר וועלן מתפלל זיין, און ווייטער האפן, און ווייטער בענקען, צו טרעפן די בת מלך, מיר זאלן קענען באפרייט ווערן פון אונזער יצר הרע וואס מאכט אונז ביטער דאס לעבן ברוחניות ובגשמיות, וועט איין טאג דער נס געשען. מיר וועלן אים באזיגן, און מיר וועלן ארויסגיין גענצליך פריי. נאר נישט אויפגעבן.
עס איז זייער אומקלאר וויאזוי דאס איז צושטאנד געקומען, וויאזוי כאמאס האט מסכים געווען אויף אזא געשעפט וואס לאזט זיי איבער אן קיינע פון די משכונות, און אין די שפעטערדיגע פאזעס זאגט דער אפמאך אז זיי מוזן זיך גענצליך אויפלעזן, זיי מוזן זיך גענצליך אנטוואפענען און איבערגעבן די פירערשאפט פאר אנדערע.
אבער דער אויבערשטער האט שוין זיינע וועגן וויאזוי צו מאכן זאכן געשען. טראץ אלע סקעפטיקער וואס האבן געזאגט אז עס קען נישט זיין, זענען אלע משכונות באפרייט געווארן אינעם הייליגן טאג פון הושענא רבא ווען אידישע קינדער געפונען זיך אין די שולן און זענען מתפלל, זאגן אויס תהלים.
פילע פון די פארכאפטע און זייערע משפחות האבן זיך במשך די צייט דערנענטערט צו אידישקייט, האבן אנגעהויבן צו אנערקענען אז נאר דער אויבערשטער קען העלפן, און די ערשטע זאך וואס זיי האבן געטון ווען זיי האבן זיך ווידער געטראפן איז געווען אויסשרייען די הייליגע ווערטער "שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד", די ווערטער פון אמונה, די ווערטער מיט וואס אידן האבן זיך מוסר נפש געווען מאז היתה לגוי פאר'ן אויבערשטן, און געחזר'ט אז אלעס קומט פונעם אויבערשטן.
אז מיר אלע וועלן אויסנוצן דעם געלעגענהייט און זיך נאך מער מחזק זיין מיט די אמונה, חזר'ן אמונה, רעדן צום אויבערשטן, און זיך פארלאזן אויפ'ן אויבערשטן, וועלן מיר האבן א זיסע לעבן.