מיט געהויבענע געמיטער גרייטן זיך אנשי שלומינו צו צום לאנג אויסגעווארטעטן טאג ווען מען וועט זיך ארויסלאזן אויפן וועג צום גאר רייכן "ארמון האטעל" אין סטעמפארד קאנעטיקוט, ווי מען וועט בעז"ה אפרעכטן א הערליכן שבת אינאיינעם מיט פילע אנשי שלומינו וואס קומען צו פארן פון נאנט און ווייט.
 
אויסער די פילע אנשי שלומינו פון די "טריי סטעיט" געגענגטער ווי וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לעיקוואוד, קרית ברסלב וועלכע גרייטן זיך צו קומען צו פארן ערב שבת קודש מיט די קארס און באסעס, האבן שוין אנגעהויבן אנצוקומען פילע פון די משפחות פון אויסלאנד. פילע צימערן זענען פארדינגען געווארן פאר משפחות פון אנשי שלומינו פון אויסלאנד וועלכע וואוינען אין טאהש, מאנטריאל, לאנדאן, מאנטשעסטער, אנטווערפן, ירושלים, בית שמש, בני ברק, אשדוד, צפת, טבריה, הר יונה. די אלע פארן שוין ארויס קיין אמעריקע פון מארגן דינסטאג בעז"ה מיט די ספעציעלע פליגערס וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך מו"ה אלי קנאל הי"ו פון "פּלען איט רייט".
 
פון די אלע הונדערטער צימערן אין דעם ריזיגן "ארמון" האטעל קאמפלעקס, זענען איבערגעבליבן בלויז 25 צימערן וואס זענען נאך אוועליבל, און ווערט ערווארטעט צו ווערן אויסגעכאפט יעדע מינוט, אויב האט איר נאך נישט ארויסגענומען קיין צימער, פארבינדט אייך שוין צו מו"ה ליפא שווארטץ הי"ו אויף 917-541-1197 און בוקט א צימער פאר אייך און די גאנצע משפחה.
 
עס איז צוגעגרייט געווארן א הערליכע שבת מעיין עולם הבא, וואס מען וועט פראווען בשבת אחים, וואס וועט זיין א קיבוץ גליות מיט די פילע אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט, מען וועט דאווענען, און עסן די סעודות שבת אינאיינעם בראשות פונעם ראש ישיבה וואס וועט בעז"ה פירן דעם שבת, מיט זינגען זמירות, הערליכע דרשות. אויך וועלן זיין צוגשטעלט הערליכע פראגראמען, עקסטער פאר די מענער, עקסטער פאר די פרויען, אזוי אויך ווערט צוגעגרייט הערליכע פראגראמען פאר די קינדער, עקסטער פאר די אינגלעך, און עקסטער פאר די מיידלעך, פון וואס אלע וועלן זיכער הנאה האבן, און וועט בלייבן אין זכרון פאר זייער א לאנגע צייט.
 
אין א ספעציעלע סערוויס פאר אלע באטייליגטע משפחות מיט קליינע קינדער, וועט צוגעשטעלט ווערן גענצליך בחנם פולע בעיביסיטינג פאר די בעיביס דורך העכסט ערפארענע בעיביסיטערס אויף די גאנצע צייט פון די פראגראמען.
 
וויכטיגע אינפארמאציע פאר אלע באטייליגטע:
 
די אדרעס פונעם האטעל איז:

The Armon Hotel & Conference - 2701 Summer St, Stamford, CT 06905
 
עס איז דא גענוג פארקינג צוגעשטעלט
 
טשעק אין וועט זיין בעז"ה עש"ק 2:00 מיטאג
 
טשעק אוט וועט זיין אי"ה זונטאג 11:00 אינדערפרי
 
מעין עולם הבא יום שבת מנוחה