היינט אינעם יארצייט פונעם גרויסן צדיק דער הייליגער רבי ישעיה'לע פון קערעסטיר זי"ע, איז דער פאסיגער זמן צו שטיצן דעם בארימטן "בית התבשיל היכל הקודש" וואס גייט אין די וועגן פונעם צדיק א גאנץ יאר, און געט צו עסן פאר הונגעריגע אידן, בפרט פאר יום טוב, וואס עס גייט ארויס אסטראנאמישע סכומים צו מאכן זיכער אז אלע האבן א פרייליכע און זאטע יום טוב.
 
דער בית התבשיל שטעלט צו צו עסן פאר בני תורה און נצרכים שוין עטליכע יאר צום גוטן, און צילט אז אין יעדע שטוב זאל זיין וואס צו עסן און טרונקען צו דער זעט נישט קיין חילוק אין די מצב אינדערהיים, און נישט אפילו ביי די וואס קענען זיך עס נישט ערלויבן פינאנציעל.
 
בלויז אין די וואכן פאר דעם פארגאנגעם יום טוב פסח איז ארויסגעגאנגען פונעם אקאונט פונעם בית התבשיל איבער 130,000 דאלער פאר די פילע פראיעקטן פונעם בית התבשיל אנגהויבן פון די חלוקות פון קעיסעס גרעיפ זשוס מצות פלייש פיש פרוכט און אזוי ווייטער, ביז שיקן גאנצע פסח אדערס צו פילע פאמילעס, און אזוי אויך אויסצאלן פילע גראסערי ארדערס פאר ווער עס האט געדארפט. און צום לעצט דעם גרויסן חלוקה פון "קופאנס" וואס האט געגעבן פאר די אלע משפחות גרויסע דיסקאונט צו פילע יום טוב געברויכן.
 
דאס אלעס האט נאר געקענט צושטאנד קומען אדאנק די ווארים הארץ וואס אנשי שלומינו האבן ארויסגעוויזן און געשטיצט דעם בית התבשיל מיט א ברייטע האנט, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען עס ווייטער אנהאלטן לויט וויפיל נדבות עס וועלן אריינקומען אינעם קאסע אזוי פיל וועט מען קענען ווייטער געבן.
 
יעצט אינעם גרויסן טאג פונעם צדיק וואס האט משפיע געווען ישועות און רפואות פאר אידישע קינדער דורך זיין מדה מיט וואס ער האט זיך אויסגעצייכענט דאס איז זיכער מאכן צוגעבן צו עסן פאר אידן, וועט מען אויך היינט זוכה זיין צו פועלן ישועות און רפואות פאר זיך און די משפחה אין זכות פונעם גרויסן צדיק און אינעם זכות פון גיין אין זיינע וועגן.
 
רופט יעצט אריין צום גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו און נעמט אייך די זכות פון צאלן א גראסערי ארדער פאר א נויטבאדערפטיגטע משפחה, אדער אויסצוצאלן א גרויסע באלאנץ פון א משפחה. רופט אים אוף 845-637-5367, אדער קען מען דרוקן דא און מנדב זיין אנליין.
 

לשובע ולא לרזון