שאלה: איך וואלט געוואלט וויסן פארוואס א מאגנעט איז ציענד פון איין זייט און פארקערט פון די אנדערע זייט? 
ר. וועבערמאן
 
א גרויסן שכח פאר די הערליכע אפטיילונג פון אלץ און אלעמען



ענטפער: עס איז א געוואלדיגע וואונדער פונעם אויבערשטן, צוויי דוממ'ס שלעפן איינע דעם צווייטן פון איין וועג, און אנטלויפן איינע פון צווייטן אויף די צווייטע זייט, אבער פארוואס געשעט דאס? לאמיר אריינגיין אביסל טיפער, און זען די כחות וואס דער אויבערשטער האט אריינגלייגט אינעם מאגנעט, אויף א באהאלטענע וועג.
 
די צוויי זייטן פונעם מאגנעט רופט מען פאולס, איינס איז א צפון פאול, און דער צווייטער איז א דרום פאול. אויב וועסטו נעמען צוויי מאגנעטן און לייגן א "צפון" אויף א "דרום" וועט זיך עס באהעפטן, אבער אויב לייגט מען ביידע דרומ'ס אדער ביידע צפון'ס וועלן זיי זיך נישט לאזן קומען נאנט.
 
דאס פאסירט צוליב עפעס וואס מען רופט א מאגנעטישע פעלד. א מאגנעטישע פעלד איז אן אומזעבארע כח וואס נעמט ארום דעם מאגנעט, דער כח הייבט זיך אן ביים "צפון פאול" און נעמט גענצליך ארום דעם מאגנעט ביזן "דרום פאול", אזוי דרייען זיך ארום די מאנעטישע כחות א גאנצן צייט.
 
יעצט ווען מען לייגט צוזאם צוויי מאגנעטן אויף די פארקערטע כחות, ווערן ביידע שטיקלעך באהאפטן, און די מאגנעטישע כחות הייבן זיך יעצט אן פון אויבן פון די אויבערשטע צפון, און נעמט ארום ביידע "אינאיינעם" ביז "דרום", אבער אויב וויל מען צוזאם שטעלן ביידע זעלבע כחות אינאיינעם, שטערן זיי איינע דעם צווייטן דעם מאגנעטישן פעלד, ביידע זעלבע זייטן האקן אריין איינע אינעם צווייטן, און לאזן זיך נישט נאנט קומען.
 
א מענטש האט אין זיך צוויי זייטן, ער האט א נשמה וואס ציעט צום אויבערשטן, ער וויל נאר זיין דבוק בה', לערנען און דאווענען פיר און צוואנציג שעה, נישט עסן, נישט שלאפן; פון די אנדערע זייט האט אים דער אויבערשטער געגעבן א גוף וואס וויל עסן, ער וויל שלאפן, ער וויל פארוויילן, ווען א מענטש זאל געבן פאר זיך אלעס פאר נאר איין זייט טויג נישט, מען קען נישט נאר א גאנצן צייט גיין "דרום", נאר לערנען, נאר רוחניות, אזא מענטש וועט צוזאם ברעכן, מען קען עס נישט אנהאלטן, ווען מען עסט נישט, מען שלאפט נישט קען מען נישט לערנען און דאווענען, דער אויבערשטער וויל דאס נישט. די זעלבע זאך פארקערט, אז א מענטש וועט א גאנצן טאג נאר זיך אפגעבן מיט גוף, פארוויילן מיט עסן, און פארברענגען, וועט ער זיך שפירן ליידיג, ער וועט נישט וויסן פארוואס רעג איך מיך, פארוואס שפיר איך ליידיג, און אפילו נאכן צוגיין צום פרידזשידער צום פופציגסטן מאל און ארויסנעמען נאך א שטיקל טשיז קעיק שפיר איך נאך נישט זאט. די סיבה דערצו איז אז ער איז געגנגען נאר צו "צפון" א גאנצן צייט, עס טויג נישט, מען ווערט דיפרעסט און מרה שחורה. מען דארף צוזאם ברענגען רוחניות מיט גשמיות צוזאמען, "דרום" מיט "צפון" ארבעטן זייער גוט, זיין קערפער איז אויסגערוט, זאט, יעצט לערנט ער, דאווענט ער און גייט אן מיט זיין עבודת הקודש אויף לאנגע געזונטע יארן.
 
צום שלוס, מאגנעטן זענען א וואונדערליכע כח וואס דער אויבערשטער האט ארייגעלייגט אין די בריאה, דער ערד קוגל אליינס איז אויך א מאגנעט (מיר רעדן דא נישט פון "גרעוויטי", וואס איז א באזונדערע כח) וואס האט א "צפון פאול" און א "דרום פאול" און די מאגנעטישע פעלד נעמט ארום די גאנצע וועלט. און איז זייער צופרידן זיך צוזאם צו שטעלן מיט די פארקערטע פון אים, אבער קען נישט ליידן צו זיין אינאיינעם מיט די זעלבע זייט פון אים.