נאך עטליכע יאר השתדלות דורך די חברי הנהלה מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, מו"ה מרדכי אהרן האלפערין הי"ו און מו"ה שבתי מזרחי הי"ו עסט מען שוין יעצט די פירות, ווען די רעגירונג אין סאליווען קאונטי האט שוין באשטעטיגט און איינגעשטעלט למעשה א נייע באס רוט וואס זיי רופן די "ליבערטי לופ" ספעציעל צוגעשטעלט פאר אנשי שלומינו, מען קען הערן אן אויספירליכע באריכט אביסל איבער די מיטמאכענישן וואס די הנהלה האט געדארפט דורכגיין כדי דאס זאל קענען צושטאנד קומען אויף קול ברסלב.
 
דער באס איז צוגעשטעלט גענצליך בחנם, און פארט ארויס פנעם ערשטן סטאפ אויף 76 נאר מעין סטריט (זייער נאנט צום תלמוד תורה און צו לעמאנעיד סופערמארקעט) פינף מאל א טאג 10:00, 11:00, 12:00, 1:00, און 5:30
 
פאלגענד איז דער רוט:
* 76 נארט מעין סט. אין די ווילידזש.
* ביים ערשטן סוריקל פארט עס ארויף אויף מיל סטריט.
* נאכן צווייטן סוירקל נעמט עס די רוט 52 אריין צום 17.
* פונעם 17 הייוועי נעמט עס דעם עקזיט 101 צו פערנדעיל ראוד.
* פון דארט גייט עס צום אלד רוט 17.
* דער שאטל מאכט דערנאך א לינקס צו קווין מאונטען ראוד.
* נאכדעם נאך א לינקס צו רעדקליף ראוד.
* עס פארט דורך בארדיטשוב לעין.
* פון דארט דרייט זיך דער באס איין א רעכטס צו איסט מאנגאפ ראוד.
* דרייט דער זיך ארויף רעכטס צו האשקי ראוד.
* עס פארט דורך דעם בית המדרש אויף 181 האשקי.
* נאך האשקי פארט דער שאטל ווייטער גראד אויף דענמען ראוד.
* מאכט א לינקס אויף קראס ראוד.
* פארט דורך מארקס סטריט.
* דערנאך מאכט עס א לינקס צום רוט 52.
* דערנאך נאך א לינקס צו טווין ברידזש ראוד.
* דער באס פארט דורך דעם ספרים געשעפט.
* נאכדעם פארט מען דורך ירושלים קאורט.
* מען פארט דורך בית המדרש עצתו אמונה.
* פון דארט מאכט מען א רעכטס אויף אלד מאנטיסעלא ראוד.
* מען פארט דורך מחנה אילן החיים.
* עס דרייט זיך רעכטס צום רוט 52.
* גלייך נאכדעם נאך א רעכטס אריין צו גאלדען פארק לעין.
* דערנאך ווידער א רעכטס צוריק צום רוט 52.
* מען פארט אריין צום ליבערטי פלאזא (דארט ווי שאפרייט געפונט זיך - ביים טשארדזשינג סעטישאן).
* עס מאכט א לינקס ארויס צוריק צום 52.
* ביים סוירקל פארט עס ארויס צו מיל סריט.
* דערנאך א רעכטס צו אבערפעסט סטריט.
* עס פארט ווייטער ארויף צו דארבי לעין.
* מאכט א רעכטס אויף גרענט סטריט.
* פארט ווייטער צו דייער עוועניו.
* מאכט א לינקס אויף ליבערטי סטריט.
* דרייט זיך איין לינקס צו נארט מעין סטריט.
* מען פארט דורך לעמאנעיד סופערמארקעט.
* דער רוט ענדיגט זיך ביים ערשטן סטאפ אויף 76 נארט מעין סטריט.
 
ושמור צאתינו ובואינו לחיים ולשלום