מען מאכט א נייע צוים ארום די סווימינג פול אין מחנה אילן החיים
ב אב תשפ"ד 📝
אין מחנה אילן החיים לערנען די קינדער און די בחורים זייער פלייסיג, און אין די פרייע צייטן געבט מען פאר די קינדער אינהאלטסרייכע אקטיוויטעטן וואס געבט זיי סיפוק און גרייט זיי אן צום לעבן.
דאס זעט זיך זייער שטארק ביים סווימינג פול, וואס האט געהאט א פראבלעם ביז יעצט, נאכדעם וואס דער פלאץ איז געווארן אפגעקויפט פון אידן וועלכע האבן נעבעך נישט געוויסט צופיל פון אויבערשטן רח"ל, האט מען - פארשטייט זיך - נישט געקענט נוצן דעם סווימינג פול איידער מען מאכט א געהעריגע גרויסע מחיצה וואס זאל עס ארום נעמען. ביז יעצט איז עס געווען ארומגענומען אויף א פראוויזארישע און ביליגע וועג מיט גרויסע בלויע שלאקן, וואס איז במשך יעדן ווינטער חרוב געגאנגען און האט געדארפט איבערגעמאכט ווערן יעדעס יאר, האט די מענעדזשמענט באשלאסן אז עס איז כדאי עס איבערצומאכן אויף א שטארקע פראמינענטע וועג.
מען האט באשלאסן צו מאכן דעם גדר גרעסער און העכער, און אנשטאט וואס עס איז געווען ביז יעצט דרייסיג ביי זעכציג פוס, וועט מען עס יעצט מאכן פערציג ביי פינף און זיבעציג פוס, אז עס זאל זיין גענוג פלאץ צו שפילן און פארברענגען אינעווייניג, אזוי אויך וועט מען מאכן שטארקע שטיבלעך וואו די קינדער וועלן זיך קענען איבערטון, אין צוגאב צו פעסטע בענק פון אלע זייטן די קינדער זאל זיך קענען זעצן און זיך אפרוען ווען זיי דארפן.
אינעם קעמפ לייגט מען א געוואלדיגע דגוש אז אין די פרייע צייט וואס די קינדער שפילן און פארברענגען פילט מען זיי אן מיט באלערענדע אקטיוויטעטן וואס זאל זיי געבן סיפוק און זיי אויסלערנען נוצבארע סקילס וואס וועט זיי צוגעבן צום לעבן וואס ערווארט זיי ווען זיי וועלן ווערן ערוואקסן, אנשטאט מאכן צוויי טיעמס וואס איינער זאל שרייען "קאלט" און דער צווייטער "הייס", אדער מען זאל דארפן אראפ ברענגען קונצן מאכערס פון די אנדערע עק וועלט, זענען די קינדער אויסגעלערענט צו זיין צופרידן, און זיי פרייען זיך צו קענען צוגעבן עפעס צו זייער סביבה.
יעצט האט מען אויך אריינגענומען די תלמידים אינעם "סווימינג פול פראיעקט". די קינדער קענען קוים ווארטן מען זאל זיי ערלויבן אונטער די אויפזוכט פון די געטרייע מלמדים און סטעף צו צולייגן א האנט. יעדן נאכמיטאג קענען די קינדער וואס האבן שוין געענדיגט זייערע שיעורים העלפן בפועל און גראבן און שלעפן און לערנען זיך אויס דעם גוטן טעם פון העלפן און צוזאם ארבעטן מיט די ארומיגע, א זאך וואס זיי וועלן מיטנעמען אויפן גאנצן לעבן.