מאלדאווע ווייזט צוריק טשארטערס פון ארץ ישראל
ז אלול תשפ"ד 📝
פון די צענדליגע טויזנטער אידן וואס קומען קיין אומאן, האבן בערך 15,000 אידן געהאט טיקעטס אויף פליגערס פון ארץ ישראל קיין מאלדאווע. יעצט קומט אריין די נייעס אז מאלדאווע וויל נישט געבן קיין ענדגילטיגע ערלויבעניש פאר די טשארטערס צו לאנדען ביי זיי, זאגענדיג אז זיי קענען נישט דערהייבן דעם פארמערטן פלוס פון פאסאדזשירן צו זייער עירפארט, און האבן טענות פארוואס מדינת ישראל וויל נישט באצאלן די קאסטן פון צולייגן סעקיורטי.
חסידי ברסלב זענען שוין געוואוינט מאז ומקדם אז מען דארף איבערקומען שטיינער, זענען נישט באזארגט, און בעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל קענען אנקומען געזונטערהייט. און זיכער איז מען נישט אינטערעסירט אין די טובות פון די מדינה, וואס איז פארשטייט זיך נישט אינטערעסירט צו העלפן די הייליגע נסיעה, וואס איז אין קעגזאץ צו זייער עקזיסטענץ פון אויסרייסן די אמונה פון אידישע קינדער, און דער נסיעה ברענגט צוריק טויזנעטער אידן צום אויבערשטן.
די פארשידענע אגענטורן וואס געבן זיך אפ מיט מסדר זיין די נסיעות אין ארץ ישראל, זענען אין די טעג פארנומען צו פריש מסדר זיין די רייזעס קיין אומאן, כאטש קישינעוו וואס איז דער לופטפעלד אין מאלדאווע געפונט זיך דאס נענטסטע קיין אומאן, געפונען זיך נאך עירפארטס אין אנדערע מדינות אין די געגענט נישט צו ווייט. טייל ווענדן זיך צום עירפארט אין יאס, רומעניע, אדער צום מארמאראש עירפארט נעבן די שטאט סאטמאר, אין רומעניע, אויך קוקט מען אריין אין אן אפציע צו נוצן דעברעצין עירפארט אין אונגארן, אדער קאשוי עירפארט אין סלאוואקיע, און די קומענדיגע אפציע איז ריישא פוילן, וואס די און נאך עירפארטס געפונען זיך אין די גאנצע אומגעגענט ארום אוקריינע פון וואו מען קען פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה.
וויאזוי עס זאל נישט זיין, וועט דאס נישט קענען אפהאלטן די רצון און בענקשאפט פון די אלפי חסידי ברסלב צו קומען קיין אומאן צום הייליגן רבינ'ס ציון, ווי מען וועט נישט רוען ביז מען וועט פועלן די ישועות וואס מען דארף.
יעדער פארשטייט אז ווען מען האט א שווערע משפט, דער לאיער זאגט אז עס איז א שווערע קעיס, בפרט אז מען ווייסט ביי זיך אז מען האט נאך אסאך צו פאררעכטן, קען מען נישט נעמען קיין שאנסן, און אז דער לאיער זאגט אז מען זאל קומען צו אים בשעת'ן משפט, קוקט מען נישט אויף גארנישט. חייך קודמין.
אנשי שלומינו גרייטן זיך צו צום גרויסן יום הדין, מען מאכט א חשבון הנפש, מען לייגט צו שיעורי תורה, מען איז מרבה מיט מצוות און מעשים טובים און מען איז מתפלל מען זאל זוכה זיין צו א כתיבה וחתימה טובה ושנת גאולה וישועה.