די תפילות פון טויזנטער ברסלב'ע חסידים רוקן ווענט, טראצדעם וואס די מדינה הציונות קוקט מיט א קרום אויג אויף יעדן ערליכן איד, וויבאלד די אמונה טרייע אידן זענען זיי א דארן אין אויג פאר זייערע בייזוויליגע פלענער פון ככל הגוים בית ישראל היל"ת, און בפרט ווען עס קומט צו חסידי ברסלב, וואס זענען גירא בעינא דשיטנא, וויבאלד עס גייט נישט דורך א טאג וואס א פרישע נשמה ווערט ארויסגעראטעוועט פון די הענט פונעם סמ"ך מ"ם א דאנק די ספרים פון הייליגן רבי'ן, אבער דאס קומט נישט צו צו די אפענע שנאה וואס די חברי הממשלה ווייזן ארויס צו די נסיעה צום הייליגן רבי'ן אויף אומאן.
 
דאס וואס צענדליגע טויזנטער אידן רייזן אפ מיט מסירת נפש קיין אומאן האט נישט קיין הסבר על פי שכל, די אלע אידן טוען עס צוליב אמונה פשוטה און אמונת צדיקים, עס קומט נישט צוליב וואס דער רבי האט "מסביר" געווען פארוואס מען זאל פארן, עס איז בלויז צוליב וואס דער רבי האט געזאגט אז ער וויל אז יעדער זאל קומען, און קיינער טאר נישט פעלן, איי אז עס מאכט האבן א קשיא אויפ'ן הייליגן רבי'ן, האט דער רבי געזאגט וועט מען האבן נאך א קשיא.
 
יעצט ווען עס האט זיך אנגעהויבן די סעמאטוכע מיט מאלדאווע וואס האט געמאלדן אז זיי לאזן נישט אריין די טשארטער פליגערס פון ארץ ישראל, איז עס געווען זייער פשוט אז עס איז נישטא וואס צו טון דא, די מדינה וועט נישט קומען צו הילף, פונקט פארקערט, זיי לייגן אונטער פיסלעך ווי נאר זיי קענען, אבער ברסלב'ע חסידים מאכן נישט קיין חשבונות, מען קען יא, מען קען נישט. דער אויבערשטער קען אלעס. און אז אידישע קינדער בעטן דעם אויבערשטן הער ער אויס. יעצט איז געקומען די נייעס אז מאלדאווע האט געמאלדן אז אלעס איז געווארן מסודר, די פליגער זענען געלאדענט צו לאנדן ביי זיי אין לאנד אן קיין פראבלעם.
 
מען דארף אבער געדעקנען אז יעצט דארף מען דאנקען דעם אויבערשטן אז זאכן האבן זיך מסדר געווען, אבער מען דארף אויך בעטן אויף ווייטער אז אלע זאלן קענען אנקומען. עס איז נישטא קיין איינער פון די צענדליגע טויזטער אידן וואס האט נישט קיין מניעות, שווערע מניעות אנצוקומען צום הייליגן רבין. דער סמ"ך מ"ם וועט אלעמען לאזן פארן אויף ראש השנה וואו אימער, קיינעם גייט נישט אן אז מען פארט קיין ארץ ישראל בשעת מלחמה, קיינעם אינטערעסירט נישט אז אן ארבעטער פארט קיין פלארידע אויף יום טוב, דער סמ"ך מ"ם שפרינגט נישט אויב איינער לאזט איבער זיין ווייב א גאנצע זומער אין קאנטרי בשעת דער מאן האצקעט ארום מיט זיינע אזוי גערופענע "חברים". אבער אויב פארט מען צום הייליגן רבי'ן וואס האט געבעטן און געפאדערט מען זאל זיין ביי אים אויף ראש השנה, דרייט זיך איבער א וועלט, יעדער מישט זיך אריין עס ווערט א גאנצע קאשע, אמער פלוני אלמוני לאזט איבער זיין ווייב אליינס!
 
דערפאר דארף מען געדענקען אז די אלע מניעות זענען בלויז א נסיון אפצוהאלטן א אידישע נשמה פון באקומען זיין תיקון און זוכה זיין צו אנקומען צו די מדריגות וואס דער רבי קען צוברענגען א מענטש. אויף אונז ליגט בלויז צו מתפלל זיין אז מען זאל אלעס קענען איבערקומען גרינגערהייט, און נישט ווערן צופאלן פון די אלע שטיינער.
 
 
אפדעיט דאנערשטאג פרשת כי תבוא לאומאן: עס קומען אריין באריכטן אז דער אויבנדערמאנטער נייעס איז "פעיק ניוז", מאלדאווע לאזט דערווייל נאכנישט אריין קיין פליגערס פון ארץ ישראל, און די טשארטערס פון ארץ ישראל נעמען אנדערע רוטס.