מאנטאג וארא סיום מסכת זבחים
כ טבת תשפ"ו 📝
קומענדיגע וואך מאנטאג איז א גרויסער יום טוב ביי אנשי שלומינו. אנשי שלומינו זענען זוכה די וואך צו ענדיגן דעם לאנגן, זיסן, שיינעם מסכת זבחים, בערך הונדערט צוואנציג בלאט, נאך פיר לאנגע חדשים. מ'האט יעדן טאג - אפילו מ'איז געפארן אויף אומאן, ס'איז געווען ימים טובים, ס'איז געווען שמחות, ס'איז געווען טעג וואס מ'האט זיך נישט גוט געפילט, מ'האט געהאט פילע טירדות, אבער מ'האט זיך נישט געלייגט שלאפן - איך מוז דורכגיין יעדן טאג א בלאט גמרא. מ'דארף זעטיגן די נשמה מיט די זיסע, געשמאקע ווערטער פון דער הייליגער גמרא, מ'האט זיך געמאכט גוטע מליצי יושר, די הייליגע תנאים און הייליגע אמוראים באגלייטן אונז. און אויב מ'האט זיך דערמאנט פון א צרה אינמיטן לערנען, האט מען געהאט ביי וועמען זיך מזכיר צו זיין. מען האט געבעטן אביי מיט רבא - וואס איז שענער און בעסער פון דעם?
געלויבט דער אייבערשטער אז מ'איז מקורב צום הייליגן צדיק, מען הערט די דרשות פון ראש ישיבה, דארף מען נישט זיין הונגעריג. מ'קומט אהיים זאט, מ'האט כח צו פירן א שטוב. צו זיין א טאטע און מאן אין שטוב איז נישט גרינג, יעדער איינער האט זיך זיין פעקל. מ'דארף האבן די גייסטישע כוחות צו קענען אויפציען קינדער, זיך אפצוגעבן מיט דער שטוב. אבער וואס געשעט אויב מ'קומט אהיים הונגעריג? אלעס גייט כאאס, מ'הייבט אן שרייען, מ'הייבט אן פארפירן. מוהרא"ש פלעגט זאגן קום נישט אהיים פון דער ארבעט הונגעריג, עס עפעס פארדעם. ווען מ'איז הונגעריג, איז מען נערוועז, אויב זי האט דיר נישט באמערקט, מיינסטו שוין אז דיין ווייב איז ברוגז. ס'הייבט זיך נישט אן, ביסט פשוט הונגעריג. די זעלבע זאך איז מיט דער נשמה, אפשר נאך מער. א מענטש גייט דורך משבת לשבת, אויסגעהונגערט. זיין נשמה ווארט אויף עפעס, ער וויל אויך עפעס עסן, אבער די גשמיות'דיגע זאכן געבן אים נישט קיין עס. מען שפירט זיך ליידיג, און מען ווייסט נישט פארוואס.
זעץ זיך אראפ, נעם ארויס א גמרא פון שאנק, הייב אן זאגן די ווערטער. ס'איז נישט קיין חילוק צי האסט יא א קאפ, צי האסט נישט א קאפ, צי האסט יא געדולד, צי האסט נישט געדולד, זאג די ווערטער פון דער גמרא, ס'איז נישטא קיין זיסערע שענערע זאך ווי דאס. וועסט זען ווי זאכן וועלן זיך שטעלן אין פלאץ.
געלויבט דער אייבערשטער, אשרינו מה טוב חלקנו, אנשי שלומינו פאלגן. מען האט געענדיגט און יעדער איינער גייט מאכן א שיינע סיום ביי זיך אינדערהיים. מען וועט האבן אזא שיינע אויבן אן. אביי מיט רבא וועלן באשיינען דעם סיום. ס'גייט זיין אזוי פרייליך. מ'גייט ארויפלייגן א שבת'דיגע טישטוך, אנצינדן צוויי לעכט, און עסן סאפער אין דייניג רום. היינט מאכט טאטי א סיום. מען וועט זינגען אביסל מיט די קינדער און טאנצן מיט זיי. היינט איז א יום טוב אין שטוב, און מיט דעם אריינלייגן א חשק און א מתיקות אין די קינדער. די קינדער גייען אויך ליב האבן די הייליגע תורה. די קינדער גייען אויך ליב האבן דעם אייבערשטן.
אשריכם תלמידי חכמים