אנשי שלומנו גרייטן זיך מיט א חדוה עילאה צום גרויסן טאג י"ז שבט, ווען עס פאלט אויס דער עלפטער יארצייט פון אונזער גרויסן רבי'ן, מוהרא"ש זי"ע. אזוי ווי יעדעס יאר, וועלן מיר אויסניצן די דאזיגע געלעגנהייט ארויסצוהעלפן משאת נפשו, צו שטיצן דאס דרוקן און מפיץ זיין די הייליגע ספרים וואס ער האט געשריבן במסירת נפש פאר איבער פופציג יאר. די דאזיגע ספרים און קונטרסים וועכלע ברענגען אריין א חיות אין אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט.
 
די הייליגע ארבעט ווערט אויסגעפירט דורך די געטרייע און איבערגעגעבענע חברי 'קרן הדפסה', וועלכע שפארן נישט קיין שום מי און פלאג אז די רייכע ירושה פון מוהרא"ש זאל ווייטער בליען ביתר שאת וביתר עוז. דורך זייער ארבעט ווערן די הייליגע לימודים און עצות פארשפרייט אויף אלע סארטן אופנים, סיי דורך קונטרסים, ספרים, גליונות, און נאך פילע וועגן, אלעס מיט'ן ציל צו ברענגען זיינע עצות און חיזוק פאר נאך און נאך אידן.
 
היי-יאר וועט 'קרן הדפסה' פראווען די הילולא קדישא מיט א ספעציעלן 'הכרת הטוב' אוונט, וואס וועט פארקומען קומענדיגן דינסטאג פרשת יתרו אין די 'וועלי טערעס' זאלן אין מאנסי. דער דאזיגער מעמד וועט זיין א געלעגנהייט פאר אנשי שלומנו זיך צוזאמצונעמען לכבוד די הילולא, מעלה זיין דעם הייליגן זכרון פון מוהרא"ש, און זיך אויפפרישן מיט זיינע עצות און זיינע הייליגע ספרים.
 
די טירן וועלן זיך עפענען אום 7:45. אלס יושב ראש פונעם אוונט וועט דינען דער חשוב'ער און טאלאנטפולער אינגערמאן מו"ה ר' אליעזר זוסיא ווערטהיימער שליט"א, וועלכער וועט אנפירן דעם מעמד מיט זיין געשמאקן רייכן שפראך.
 
אום 8:30 אוונט וועט מען האבן די געלעגענהייט צו הערן דעם גאסט רעדנער, דער בארימטער פה מפיק מרגליות הרב מאיר מרדכי בערקאוויטש שליט"א, וועלכער וועט דערווארעמען און אנצינדן די הערצער מיט זיינע פייערדיגע רייד. אזוי אויך וועט מען הערן דעם דבר המוסד דורך דעם חשוב'ן גבאי, מו"ה לייבי ראטה נ"י, וואס וועט געבן א קורצע איבערבליק איבער די ארבעט פון 'קרן הדפסה', און באריכטן איבער די לעצטיגע נייעס און פראיעקטן.
 
דערנאך וועלן אויסגעטיילט ווערן שיינע פרסים פאר אלע חשוב'ע תומכים, אלס א צייכן פון הכרת הטוב.
 
ביים משא מעמד וועט דער ציבור זוכה זיין צו הערן דברי חיזוק והדרכה פונעם ראש ישיבה שליט"א, וועלכער וועט מחזק זיין דעם עולם זיך צו האלטן שטארק מיט אמונה און תפילה, און ממשיך זיין צו גיין אין די וועגן פון דעם בעל ההילולא מוהרא"ש זיע"א.
 
מען וועט בענטשן ברכת המזון אום 10:45.
 
א שיינע ווערטפולע מתנה פון 'קרן ההדפסה' וועט אויסגעטיילט ווערן פאר אלע משתתפים.
 
 
תאו והתכנשו להילולא קדישא