מאנטאג נאכמיטאג: קאמפיין דערגרייכט שוין איבער 17,000,000 - 68% פונעם ציל - נאך 7 שעה צו גיין
ל סיון תשפ 📝
די הייליגע ברסלבע מוסדות איז שוין באקאנט אויף די גאנצע וועלט, אבער וויפיל אידן די הייליגע מוסדות די דרשות און גליונות האבן שוין צוריק געברענגט צום אייבערשטן איז אוממעגליך צו וויסן.
די צענדליגע מעסעדזשעס וואס קומען אריין צום אפיס טעגליך נעמט איבער דאס הארץ:
* וויפיל אידן פארציילן ווי זיי האבן אנגעהויבן האבן אן אמתדיגע לעבן אינדערהיים מיט זייער משפחה, זיי זענען געוואר געווארן אז אויך זיי קענען האבן שלום בית און זיך דורכקומען מיט די בני בית.
* וויפיל בחורים לאזן מעסעדזשעס ווי א דרשה האט זיי געראטעוועט אין די לעצטע מינוט פון אריינפאלן אין שאול תחתית ר"ל.
* וויפיל משפחות געבן איבער אז זיי האבן זיך אויסגעלערענט אז די געשוויסטער קענען זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן אפילו מ'האט חילוקי דעות.
* וויפיל טויזנטער אידן האבן אנגעהויבן צו לערנען יעדן טאג, נאכן געוואר ווערן אז אפילו זיי האבן נישט די כשרות / מוט / קאפ וכו' וכו' איז נאך אלץ דא א וועג פאר זיי צו זיין צוגעבינדן צו די תורה, און דורך די גרויסע כח פון די הייליגע תורה זענען זיי ארויסגעקראכן פון אלע זייערע פלאנטערנישן אין וואס זיי זענען אריינגעפאלן
* ועל כולם, וויפיל קינדער בחורים אינגעלייט מיידלעך ווייבלעך האבן אנגעהויבן צו לעבן יעדן טאג מיטן אייבערשטן. זיי האבן אנגעהויבן צו וויסן און געדענקען אז דער אייבישטער איז דא און פירט זיי אויף טריט און שריט, און ווען איינער בעוול'ט זיי ווערן זיי שוין נישט אזוי אנטוישט, און ווען זיי האבן א הצלחה אדער א דורכפאל ווייסן זיי שוין צו וועמען זיי דארפן זיך באמת ווענדן, און גיסן זיך אויס דאס הארץ כסדר צום אייבערשטן, און הייבן אן א נייע לעבן.
דער ראש ישיבה וואס געט זיך אזוי שטארק איבער צו אויפלעבן און מחזק זיין אידן, און געבט כסדר די ווארימע דרשות אין ישיבה וואס פלאמט אויף צענדליגע טויזנטער אידישע הערצער פון איבער די גאנצע וועלט, ער טוט די אלע פעולות און פירט אן די הייליגע מוסדות שלא על מנת לקבל פרס, אין דעם איז אריינגערעכט די חדר, די סקול, און די ישיבה, און נאך פילע וואוילטעטיגע פעולות וואס די הייליגע מוסדות טוען פאר אידישע קינדער.
דער ראש ישיבה האט נאך קיינמאל נישט ארויסגעשיקט אדער אפילו פארשעמט א קינד צוליב דעם וואס די עלטערן צאלן נישט קיין שכר לימוד, נישט קיין חילוק פארוואס. די בנינים זענען שוין לאנג אויסגעוואקסן און צו קליין, און עס פעלט זיך גאר נויטיג אויס א נייע בנין פאר די הייליגע מוסדות. לאמיר ארויסווייזן אונזער הכרת הטוב, און אנטקעגן קומען דעם געטרייען ראש ישיבה און צושטייער געבן ביים יעצטיגן קאמפיין, אז ער זאל זיך ווייטער קענען אפגעבן מיט די הייליגע פעולות פון פירן די מוסדות, און נישט דארפן טראגן דעם פינאנציעלן עול.
יעצט מאנטאג מיטאג קומט אריין די אפדעיטס פונעם קאמפיין, אז דער סכום האלט יעצט ביי ארום 17,000,000 פרוטה'לעך, עס איז נאר געבליבן נישט מער פון 7 שעה ביז די קאמפיין וועט פארטיג ווערן, רופט אייך אן ווארים, מען זאל אנקומען צום ציל פון נאך 8,000,000 פרוטה'לעך און געט צושטייער לכבוד איינע פון אייערע ידידים אדער באקאנטע און מאכט דעם קאמפיין פאר א קנאקעדיגע סוקסעס.
בשם השם נעשה ונצליח