מאנקיס
ג שבט תשפ"ו 📝
שאלה:
א גוטן, ר' גרשון קרעמער. מיר זענען געווען חול המועד אין א זו, צווישן אלע חיות, האט מיר דער מאנקי די מערסטע באנומען, און אפילו עס איז שוין דורך עטליכע חדשים, קען איך נישט אויפהערן צו טראכטן פון זיי. ס'איז מורא'דיג אינטערעסאנט ווי ער איז זייער ענליך צו א מענטש און פירט זיך אויף אזוי אינטערעסאנט.
איך האב עטליכע שאלות: איז דא א ספעציעלע זו וואו מ'קען זען נאר מאנקיס? און ווי אויך, אפשר קענסטו שרייבן דערוועגן? און אויך וויל איך וויסן צי עס איז לעגאל צו האבן ביי זיך אין שטוב א מאנקי.
יאסעלע פארקאש
תשובה:
דו קוקסט אויס צו זיין א לעכטיג וואויל אינגל. דערפאר זעט אויס האבן דיינע עלטערן דיך געטראגן צו א זו.
איך וועל דיר געבן א פלאץ וואו ס'איז דא זייער אסאך מאנקיס. דאס געפינט זיך אויפן הייוועי עקזיט 111, (חיי מוהר"ן סימן קי"א) זאגט דארט דער הייליגער רבי, "איולת אדם תסלף דרכו ועל ה' יזעף לבו". א מענטש אויב ער האט נישט קיין מורה דרך, ער האט נישט קיין וועג ווייזער, לעבט זיין גאנצע לעבן נאכגעמאכט יענעם, ער לעבט זייער ענליך צו א מענטש. אויב לעבט ער נישט פאר'ן אייבערשטן, איז ער נעבעך ווי א מאנקי. ער דארף נאכמאכן יעדן איינעם, ער איז א גרויסער מאנקי.
דאס וואס דו פרעגסט וועגן ספעציעלע זוס פאר מאנקיס. יא, עס זענען דא ספעציעלע "מאנקי פארקס" וואו עס ווערן געהאלטן בעיקר מאנקיס.
מאנקיס זענען זייער סאציאלע באשעפענישן, זיי האבן זייער ליב צו לעבן אין גאנצע גרופעס אינאיינעם. זיי קענען נוצן זייערע הענט און פינגערס צו עפענען זאכן און האלטן זאכן. רוב מאנקיס האבן א זייער גוטן זכרון, און וועלן דערקענען אנדערע מענטשן פאר א לאנגע צייט.
איבער מאנקיס אינדערהיים, אפילו דארט וואו דאס געזעץ ערלויבט עס, איז וויכטיג צו וויסן אז מאנקיס אפילו זיי זעען אויס זייער ענדליך - זענען זיי פארט נישט קיין מענטשן, און זיי קענען ווערן זייער ווילד. זיי געהערן אין וואלד און נישט אין שטוב.
דארפסט אבער נישט גיין אין די ספעציעלע זוס צו טרעפן מאנקיס. מען קען ליידער טרעפן מענטשן וואס לעבן נישט מיט'ן אייבערשטן, ווייל איינער וואס האט נישט קיין צדיק, און בפרט אז ער קריגט אויפ'ן צדיק, איז זיין מח פארקרומט, ער פירט זיך אויף זייער ווילד. אפילו עס זעט אויס ווי ער דינט דעם אייבערשטן, איז עס בלויז ווי א מאנקי, ער מאכט נאך יעדן איינעם. ער איז זייער זייער ענליך צו א מענטש..
דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן נישט זיין אזוי ווי מאנקיס, נאר א גאנצן טאג זאלן מיר בלויז טראכטן וויאזוי מיר קענען מאכן א נחת רוח פארן אויבערשטן, נישט קיין חילוק וואס מיין שכן טוט, און וואס דער עולם האלט.