פון: גרשון קרעמער
 
א פרישע באריכט קומט יעצט אריין פון אומאן איבערן גאר שווערן ענערגיע-מצב אין אוקראינע, און איבער א ספעציעלע לייזונג וואס די עסקנים און אחראים האבן איינגעשטעלט אינעם בנין פון קהילת היכל הקודש אין אומאן, כדי צו קענען ווייטער אויפהאלטן די געביידע טראץ די שוועריגקייטן.
 
ווי באקאנט, פלאקערט שוין אן אנגייענדיגע מלחמה אין אוקראינע פאר עטליכע יאר, און די שטימונג צווישן די צוויי זייטן ווערט נאר אלס שארפער און היציגער. איינע פון די זאכן וואו די מלחמה-מאשין לייגט זיך לעצטנס פאר מיט א שטארקייט איז די ענערגיע פעלדער; אוקראינע באשיסט יעדע אויל און דיזעל פאבריק אין רוסלאנד, און רוסלאנד רעאגירט מיט נקמה דורך באמבארדירן אוקראינע'ס עלעקטריק-סטאנציעס, וואס ברענגט דערצו אז עס פעלט גאר אסאך עלעקטריק איבערן גאנצן לאנד. צוליב דעם האט די רעגירונג איינגעפירט א שטרענגן "סקעדזשועל" ווען יעדע געגנט באקומט לעקטער, היות עס איז נישטא גענוג פארן גאנצן לאנד אין די זעלבע צייט.
 
לויטן סקעדזשועל וואס די רעגירונג האט ארויסגעגעבן פאר די עלעקטריק אין אומאן, זעט מען אז אין א גאנצן מעת-לעת איז דא עלעקטריק בלויז בערך ניין שעה אינאיינעם, און די איבעריגע פופצן שעה א טאג זיצט מען אין די טונקל.
 
יעצט ווען עס ווערט קאלט אין אוקראינע און די ווינטער הייבט אן אריינצובייסן, שאפט דאס א ערנסטע שאלה און א שטיקל פראבלעם פאר אונז, ווייל מען דארף דאך האלטן דעם בנין פון קהילת היכל הקודש ווארעם, כדי די רערן זאלן נישט פלאצן און פארפלייצן דעם גאנצן בנין. ביז יעצט האט מען זיך באנוצט מיט א קליינעם "דזשענערעיטאר" וואס פלעגט זיך אנצינדן יעדעס מאל וואס די לעקטער האט זיך אויסגעלאשן.
 
למעשה שטעלט זיך אבער ארויס, אז דאס אפערירן א "דזשענערעיטאר" פאר אזויפיל שעה קאסט אפ אסטראנאמישע סכומים, היות די פרייזן פון געזאלין זענען געשטיגן איבער די מאס, ובפרט יעצט אין אוקראינע אינמיטן א קריג-צושטאנד איז עס נאך פיל טייערער.
 
דערפאר האט מען יעצט איינגעקויפט א מאכטפולע סיסטעם פון "בעטעריס", וואס מען האלט שוין אינמיטן אינסטאלירן אינעם בנין. די סיסטעם פונקציאנירט גאר פשוט: יעדעס מאל וואס די שטאטישע עלעקטריק צינדט זיך אן פאר א שעה-צוויי, "טשארדזשן" זיך די גרויסע בעטעריס אויטאמאטיש פונעם לעקטער; און ווען די לעקטער לעשט זיך ווידער אויס, נעמען די בעטעריס איבער די ארבעט און האלטן אן די לעקטער מיט די הייצונג פונעם בנין אן קיין שום איבעררייס, פאר פיל ביליגערע קאסטן.
 
אנשי שלומינו פילן א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר די חשוב'ע ממונים וואס געבן זיך אוועק בלב ונפש, נישט בלויז אין די וואכן פאר ראש השנה ווען זיי זענען פארנומען דערמיט טאג און נאכט, נאר א גאנץ יאר זענען זיי עוסק אין די הייליגע ארבעט מיט אן אויסערגעוויינליכע געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט. זיי מאכן זיכער בעז"ה עס צו טון אויפ'ן בעסטן און ביליגסטן אופן, כדי עס זאל נישט פאלן אלס א לאסט אויף אנשי שלומינו. דאס אלעס טוען זיי מיט'ן ציל צו העלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א און אלע אנשי שלומינו זאלן קענען קומען צום רבינ'ס ציון אויף אן ערליכן, געשמאקן און אפגעהיטענעם וועג.
 
דער אייבערשטער זאל העלפן אז די שרעקליכע מלחמה זאל זיך שוין ענדיגן, און אלע זאלן קענען פארן קיין אומאן צום ציון הקדוש מיט א פולקאמע רואיגקייט.
 
עושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועל כל ישראל.
 
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.