מאסיווע ערדציטערניש טרייסלט אויף די וואסערן נעבן רוסלאנד
ה אב תשפ"ה 📝
מאנטאג נאכט האט פאסירט גאר שטארקע 8.8 ערדציטערניש ביי די ברעגעס פון רוסלאנד'ס קומכאטשע האלב אינזל, וואס האט אויפגעציטערט דעם גאנצן ראיאן, און האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין איינע פון די צען שטארקסטע ערד ציטערנישן אין די היסטאריע וואס מען ווייסט.
דער ציטערניש האט פאסירט בערך צוועלף מייל אונטער די וואסער, וואס איז א פלאץ וואס וואלט לויט די מומחים געדארפט ברענגען גאר אסאך שאדענס, צוליב וואס די וואסערן ווערן גאר שטארק אויפגעציטערט, און שיקט ארויס גאר גרויסע שאק כוואליעס צו אלע זייטן ארום, און האט לויט זיי געזאלט אנמאכן גאר שווערע שאדנס השם ישמרינו.
ביז עטליכע מינוט זענען גאר ערנסטע צונאמי ווארענונגען ארויסגעשיקט געווארן צו פילע לענדער ארום דעם פיציפישן אקעאן אריינגערעכענט יאפאן, אמעריקע (ספעציעל אלאסקא, האוואי, און קאליפארניע), גואם, און די פיליפינען. מיליאנען מענטשן זענען אנטלאפן פון זייערע הייזער מיט די נשמה אין די הענט, צו פלעצער אוועק פונעם ברעג, און צו הויכע פלעצער.
מיט ווייניגער פון פופצן יאר צוריק האט אזא ערד ציטערניש מיט די נאכפאלגעדנע צונאמי אומגעברענגט כמעט צוואציג טויזענט מענטשן, און צואווארפן א פערטל מיליאן הייזער אין יאפאן, און האט נאכגעפאלגט מיט די פוקאשימא נוקלעארע חורבן, און געדענקענדיג דאס, האבן די באאמטע דערשראקן אז דא קומט עפעס ווער ווייסט וואס.
פון איין זייט איז עס ווערד צו באמערקן ווי נישטיג מיר זענען, מיט אלע גרויסע "דערגרייכונגען" קומט א קליינע קיצל פון אויבערשטן "הַמַּבִּיט לָאָרֶץ וַתִּרְעָד", און גארנישט קען נישט ביישטיין דעם אויבערשטענ'ס כח, דער אויבערשטער שיקט ארויס דער ים, און אין רגעים איז נישט קיין זכר פון גאנצע שטעט.
אבער ווען דער אויבערשטער וויל, געשעט גארנישט, עס מעג קומען דער מעכטיגער ערד ציטערניש, כמעט די שטערקסטע וואס איז נאר אמאל געווען, אלע נייעס זאגערס דערשרעקן אז דא קומט כוואליעס וואס די וועלט האט נאכנישט געזען, אבער דער אויבערשטער לאזט דער ים גיין נאר ביז ווי ער וויל "גְּבוּל שַׂמְתָּ בַּל יַעֲבֹרוּן בַּל יְשׁוּבוּן לְכַסּוֹת הָאָרֶץ", און כאטש עס זענען געווען גאנץ הויכע כוואליעס זענען צום סוף כמעט נישט געווען קיין פארפלייצונגען, נישט ווייל די סייענטיסטן האבן עס אפגעהאלטן, נאר ווייל אזוי האט דער אויבערשטער געוואלט.
וועסטו מיר זאגן אז איך ווייס טאקע אז דער אויבערשטער "פירט די וועלט", ער איז דער "ממליך מלכים", אבער וואס טוט זיך מיט מיר, איך קליינע מענטשעלע. דאס איז איז טאקע אונזער עבודה, מיר זאלן חזר'ן טאג און נאכט אז דער אויבערשטער פירט נישט נאר די גרויסע וועלט, נאר אויך די "קליינע" וועלט, און יעדע זאך ווי גרויס אדער קליין, פירט דער אויבערשטער מיט א מורא'דיגע פונקטליכקייט, און קיינער קען מיך נישט גוטס טון אדער שלעכטס טון, נאר אלעס איז אין זיינע הענט.
און דערפאר "אָשִׁירָה לַה' בְּחַיָי, אֲזַמְּרָה לֵאלֹקַי בְּעוֹדִֽי"!