מאסיווער ערדציטערניש טרייסעלט אויף טייוואן
כד אדר ב' תשפ"ד 📝
נעכטן אווענט צוויי מינוט פאר אכט ניו יארקער זייער, (וואס איז היינט אינדערפרי צוויי מינוט פאר אכט טייוואנער זייגער) האט א גאר ערנסטע 7.4 ריכטער מאס ערדציטערניש דורכגעריסן דעם טייוואער שטאט הואַליען וואס פארמאגט א פאפולאציע פון בערך הונדערט טויזענט וואס שטייט ביים מזרח ברעג פונעם פאציפישן אקעאן.
דער ערציטערניש האט אפעקטירט נאך פילע שטעט ארום, פילע זענען פארוואונדעט געווארן, צען זענען געווארן באשטעטיג צו זיין אומגעקומען, אויבער טויזענט פארוואנדעט, און צענדליגע זענען פארכאפט אין טונעלן אדער אונטער געביידעס.
אין איינע פון די טיפע טונעלן אינדרויסן פון שטאט זענען פארכאפט געווארן 25 מינע ארבעטער אן קיין שום וועג ארויס, די רעטונג ארבייטער ארבעטן שווער צו טרעפן א וועג ארויס פאר זיי, איינער פון די ארבעטער האט באוויזן צו מאכן א פארבינדונג צו די וועלט אנרופענדיג א חבר דורך זיין טעלעפאן, זוכענדיג הילף אין זיין שווערע מצב. דער חבר האט זיך נאגעפרעגט און איז געקומען קוקן וואס עס גייט פאר, און האט געזען אז די מצב איז האפענונגסלאז. עס איז דא אזויפיל ארבעט צו ראטעווען מענטשן פון צופאלענע געביידעס, קעיר נעמען פון די הונדערטער פארוואונדעטע, און די קליינע צאל אויפמערזאמקייט וואס די גרופע ארבייטערס באקומען צוליב די גאר שעדליכע פלאץ ווי זיי זענען פארכאפט.
דער חבר האט נישט געטראכט קיין צוויי און צוריק גערופן צום טעלעפאן ווילאנג די בעטעריעס ארבעטן נאך, און זיי געלאזט וויסן קלאר אומצוויידייטיג אז זיי האבן נישט קיין האפענונג, זיי דארפן זיין רעאליסטיש, און זיי זאלן זיך גרייטן צו ענדיגן זייער לעבן צען מייל אונטער די ערד.
איר רייבט זיך יעצט די אויגן, און וואונדערט זיך אויף די גאנצע געשיכטע. קודם כל, ווי קומט אזא אכזריות צו דעם אזוי גערופענעם חבר? אויך ווילט איר מן הסתם פארשטיין פארוואס די מעשה ווערט נישט באריכטעט אין די וועלט'ס מידיע, מען וואלט דאך געדארפט אויפשטורמען א וועלט, מענטשן זענען פארכאפט און קיינעם גייט עס נישט אן? און צום לעצט ווילט איר לכאורה וויסן וואס האט זיך אויסגעלאזט דארט מיט די חברה. איר הייבט שוין אן חושד צו זיין דעם שרייבער, צי ער חלומ'ט בהקיץ, דערפאר ווילן מיר אייך קלארשטעלן אז יא דאס איז אן אמת'ע געשיכטע, מיט בלויז עטליכע דעטאלן געטוישט. עס האט נישט פאסירט אין טייוואן, ביי א ערד ציטערניש, ביי מינע גרעבער.
אבער עס פאסירט ליידער דא צווישן אונז, און איך וואונדער מיך אויך פארוואס קיינער באריכטעט עס נישט. קיינעם גייט טאקע נישט אן אז מענטשן ווערן פארכאפט טאג טעגליך ביי די נישט גוטע? עס בארירט אייך נישט אז אידישע קינדער פאלן אראפ טיף טיף און אנשטאט מען זאל זיי העלפן טרעפן די וועג צוריק, רייסט מען אפ די שטריק פון די לייף גארדס?
טויזנטער אידישע קינדער זענען צובראכן, זיי שפירן ווי זייער מצב איז פארפאלן, עס איז דערנאך, יעדער האט פארגעסן פון זיי, זיי זענען זיכער ביי זיך אז "קיינער דארף מיך נישט", ער איז נעבעך אראפ געפאלן זייער ווייט ער האט זיך אויסגעגראבן א טיפער הייל אונטער די ערד, און ער זעט נישט קיין וועג ארויס, די וועלט איז אים צוזאם געפאלן. פארוואס זאגטסו אים "וועסט ברענען אין גהינום"? פארוואס שרייסטו אויף אים שייגעץ ארויס? לאמיר אויפשטורמען די וועלט און נישט איינרוען לאמיר פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות וואס זענען מער אפעקטיוו ווי ריזיגע בולדאזערס און נישט אפלאזן הפצה ביז אלע פארכאפטע וועלן געראטעוועט ווערן מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף.
אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.