מ'גרייט זיך צו א זומער פון אמונה
כח אדר ב' תשע"ט 📝
די צען וואכן וואס מיר פארן ארויס אין קעמפ פאר די זומער, איז א צייט פאר אנשי שלומינו זיך צו שטארקן אינאיינעם מיט אמונה, אן "אמונה ריהעב". מענער און פרויען, אינגלעך און מיידלעך, זאפן זיך אן מיט הויפענעס אמונה. שיעורים פון אמונה, שמועסן פון אמונה, יעדער לעבט מיט'ן אייבערשטן, און דאס בלייבט שוין איינגעקריצט אין די ביינער פאר די גאנצע קומענדיגע יאר.
ס'איז שווער אראפצושרייבן די געפילן פון הארץ וואס דאס מיינט א זומער אין "מחנה היכל הקודש", אבער די אלע משפחות וואס האבן שוין זוכה געווען מיטצוהאלטן א זומער אין קעמפ, ווייסן און שפירן וואספארא גוטע ווירקונג דאס האט געהאט אויף זיי און אויף זייערע קינדער. מ'אטעמט אמונה, מ'לעבט מיט'ן אייבערשטן, און מ'לעבט מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און נאך זומער שפירט מען זיך ווי מ'קומט ארויס פון אן "אמונה ריהעב", ס'ווילט זיך שרייען אין די גאסן אז "ס'איז דא א באשעפער אויף דער וועלט! מ'קען האבן אזא זיס לעבן מיט'ן אייבערשטן"!
געציילטע באנגעלאוס זענען נאך געבליבן, אנשי שלומינו וואס ווילן האבן א זומער אינעם "אמונה ריהעב", זאלן זיך מעלדן ווי פריער, אז מ'זאל קענען אלעס מסדר זיין אויפ'ן בעסטן פארנעם, צו יעדנ'ס צופרידנהייט. צו דינגען א באנגעלאו קען מען רופן 347-957-5459.
ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה!