מו"ה שמחה בלאך הי"ו באזוכט דעם נייעם ביהמ"ד אין אומאן
יג שבט תשע"ח 📝
נעכטן זונטאג האט מו"ה שמחה בלאך הי"ו אפגעשטאט א באזוך אין אומאן, בשליחות פון די וועד קרן הבנין כדי זיך אומצוקוקן אויף די פארשריט וואס ווערט געמאכט ביים נייעם געביידע, וואס וועט ארייננעמען אין זיך דער נייער הערליכע בית המדרש פאר חסידי ברסלב היכל הקודש מיט אלע געברויכן וואס אנ"ש וועלן דארפן בשעת'ן וויילן אין אומאן אין די טעג פון ראש השנה.
ווי שוין היינט באקאנט האט דער הייליגער רבי ז"ל געהייסן מאכן א כרוז אז "מיין ראש השנה איז העכער פון אלעם", "יעדער מוז קומען צו מיר אויף ראש השנה – קיינער טאר נישט פעלן", "יעדער וואס איז געווען ביי מיר אויף ראש השנה דארף זיך פרייען א גאנץ יאר", "אפילו איינעם וואס איך קען נישט פאררעכטן א גאנץ יאר, אבער אויב וועט ער קומען צו מיר אויף ראש השנה וועט ער זיכער האבן א תיקון", און דערפאר קומען צו פארן צענדליגער טויזנטער אידן יעדעס יאר אויף ראש השנה קיין אומאן, ווער וויל דען נישט זוכה זיין צו האבן א גוט יאר? און דער קיבוץ וואקסט קע"ה פון יאר צו יאר מיט צעדליגע טויזנטער. עד כדי כך אז דער ציבור וואס האט זיך געציילט פארגאנעם יאר כמעט 100,000, האט שוין נישט קיין פלאץ אין די עטליכע גאסן ארום דעם ציון, וואו אלעס איז שוין פארבויעט מיט ריזיגע הויך שטאקיגע געביידעס פאר די ריזיגע ציבור געסט וואס קומען צו פארן מארבע כנפות הארץ, און מען צושפרייט זיך אלץ מער און מער צו נאך און נאך גאסן ארום און ארום.
מיט עטליכע יאר צוריק - נאכדעם וואס מוהרא"ש ז"ל האט געהייסן פארן ראש ישיבה שליט"א ער זאל טרעפן א פלאץ אין אומאן וואו ער וועט קענען זיין צוזאמען מיט די תלמידים - האט מען יערליך געדינגען א ריין ווינקל אין אומאן ווי עס איז געווען צוגעשטעלט אש"ל, מיט א מקוה, כדי די תלמידים זאלן זיך קענען האלטן אינאיינעם און נישט דארפן ארום וואנדערן אויף די טמא'נע גאסן ביים גיין און קומען.
אזוי ווי דער ציבור קע"ה וואקסט פון יאר צו יאר, איז געווארן וואס א יאר שווערער און שווערער אריינצושטופן דעם ריזיגן ציבור ביי דעם געדינגענעם הויף. איז דער ראש ישיבה שליט"א פאריאר אריינגעשפרינגען און גענומען אויף זיך דעם שווערן עול צו אויפבויען אן אייגענעם בנין וואס זאל זיין גענוג גרויס אריינצונעמען דעם גאנצן ציבור אנ"ש מיט אלע געברויכן. מען האט געזוכט א פלאץ וואס זאל זיין סיי גענוג נאנט צום ציון הק' כדי עס זאל זיין אין די "וואלקינג דיסטענץ" - וואס דאס איז דאך דער עיקר ציל צו וואס מען קומט קיין אומאן, פון די אנדערע זייט ארויס פון די הו הא פון די געפלידער און די טמא'נע מארק פלעצער, וואו עס איז נישט כדי פאר אן ערליכער איד דארט אריינצוטרעטן. ב"ה מען האט געטראפן אזא פראפערטי, און מען האט זיך תיכף גענומען צו די מלאכה, מען האט אויסגעארבעט די פלענער, וואס עס דארף זיך אלץ געפונען און ווי גרויס עס דארף צו זיין. און ווי דער ציבור דא האלט כסדר מיט אויפן וועבסייט, האלטן מיר אין איין אפדעיטן דעם ציבור מיט די פרייליכע אנטוויקלונגען, ווי די ארבעט רוקט זיך מיט גרויס שנעלקייט.
יעצט קומען מיר מיט די גוטע נייעס, אז דער דאך פונעם בית המדרש איז שוין געווארן ארויפגעצויגן, און די ארבעט אינעם היכל הבית המדרש גייט אן מיטן פולן שוואונג צו קענען ענדיגן די ווענט און אלע אינערליכע ארבעט, און אין די זעלבע צייט ווערט אריינגעלייגט גאר אסאך כחות צו ענדיגן דעם אונטערשטן שטאק, דער גרויסער שיינער מקוה, די עס זאל און די קאך.
בעזרת השי"ת וועט מען זיך גאר בקרוב נעמען צו די ארבעט פונעם דריטן שטאק, ווי עס וועלן זיך געפינען די אכסיות צו שלאפן, און וועט ווערן צוגעשטעלן פונעם שענסטן און בעסטן קוואליטעט.
געלויבט השי"ת אז מער פון האלב פון די מיליאן דאלער וואס דאס דארף צו קאסטן אזא בנין איז שוין אריינגעקומען. געדענקט וואס דער הייליגער רבי נתן ז"ל האט געזאגט פאר'ן רבי'נס אייניקל רבי אברהם בערניו ז"ל "דעם רבינ'ס זאך וועט זיך אויספירן אָן דיר אויך, וואויל איז דיר אז דו וועסט האבן א חלק דערין". געבט איבער נדבת לבכם הטוב פאר ראש ישיבה שליט"א, אחד המרבה ואחד הממעיט, און דער זכות וועט אייך אודאי ביישטיין לנצח נצחים.
בילדער