מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל שליסן זיך אָן אלס חבר אינעם מוסד הקדוש "קרן הצלה"
כז תמוז תשפ"ו 📝
מיט גרויס פרייד איז אין די טעג אנגעקומען די בשורה טובה פון ארץ ישראל, אז אונזערע מוסדות "היכל הקודש" — וואס זענען אויך ביז יעצט געפירט געווארן על טהרת הקודש, אן נעמען קיין שום געלט פון די ממשלה — האבן זיך יעצט אפיציעל אנגעשלאסן אינעם הייליגן חבורה פון די מוסדות אונטערן שירעם פונעם מוסד הקדוש "קרן הצלה". דער קרן איז, ווי באקאנט, געגרינדעט געווארן מיט די גרעסטע מאס מסירות נפש דורך הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין יאר תשל"ח, א יאר פאר זיין פטירה, מיטן ציל צו דינען אלס א שטיצע-ברעט פאר אלע מוסדות התורה אין ארץ ישראל וואס ווערן געפירט על טהרת הקודש.
ביז יעצט זענען אונזערע מוסדות אנגעגאנגען אויף א קלענערן פארנעם, און עס איז נישט ממש געווען שייך זיך אנצושליסן. אבער כהיום הזה, ווען די מוסדות זענען ב"ה פילפאכיג געוואקסן און האבן זיך צעשפרייט צו א גרויסן מוסד וואס אנטהאלט אין זיך אסאך קינדער און בחורים בלע"ה, האט די הנהלת המוסדות, מיט די הסכמה פונעם ראש ישיבה שליט"א, געמאכט דעם באשלוס אז עס איז געקומען די פאסיגע צייט זיך אנצושליסן אין אט דעם הייליגן קרן.
דער מזכיר ראשי פון די מוסדות, מו"ה שלמה מינצבערג הי"ו, האט זיך פארבינדן מיטן גבאי פון קרן הצלה, מו"ה שמחה אנשין שליט"א, וועלכער האט גאר ווארעם אויפגענומען דעם מזכיר און ארויסגעהאלפן און זיך צוגעשטעלט מיט אלעס וואס האט נאר אויסגעפעלט צו מסדר זיין, כדי צו קענען ווערן אן אפיציעלער מיטגליד פונעם קרן.
דער פראצעס האט געפאדערט א שיין ביסל ארבעט. אלס ערשטע זאך האבן זיי געדארפט קלארשטעלן און זיכער מאכן אז קיין איין תלמיד פונעם מוסד איז נישט איינגעשריבן אין קיין אנדערע מוסדות וואס נעמען יא רעגירונגס-געלטער. נאך א גרונטליכע אויספארשונג האט מען אנטדעקט נעמען פון עטליכע קינדער וואס מען האט אפילו נישט געוואוסט אז אנדערע מוסדות נוצן זייערע נעמען כדי צו באקומען געלט פאר זיי.
מ'האט תיכף אנגערופן יעדן מוסד באזונדער און פארלאנגט אז זיי זאלן אראפנעמען פון זייערע ליסטעס די נעמען פון די קינדער וואס לערנען למעשה נישט ביי זיי. געוויסע האבן עס גערן אראפגענומען, אבער אנדערע האבן זיך קעגנגעשטעלט און נישט געוואלט אזוי שנעל אויפגעבן דאס געלט; אבער צום סוף, ברוך השם, האבן אלע אראפגענומען די נעמען.
דערנאך איז באשטימט געווארן אן אוידענץ ווען די הנהלה איז ארויפגעגאנגען צום בית דין שטיבל פון די עדה החרדית אונטערצושרייבן א התחייבות אז מ'וועט קיינמאל נישט נעמען קיין געלט פון די מדינה, מיט א תנאי אז אויב יא, וועט מען דארפן צוריקגעבן דאס גאנצע געלט וואס מען האט באקומען ביז דאן. די חשוב'ע רבנים פון די עדה החרדית, הרה"ג ר' יודל פישער שליט"א, הרה"ג ר' שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א, און הרה"ג ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א, האבן זייער שיין אויפגענומען די הנהלת המוסדות. זיי האבן זיי שטארק מחזק געווען און ארויסגעברענגט זייער שעצונג פאר די געוואלדיגע שטארקייט זיך אינגאנצן אפצוטיילן מיט א פולשטענדיגע התבדלות.
לויטן סדר פון הצלה מאכן זיי פיר חלוקות געלט דורכאויס דעם יאר: איינס אויף פסח, א צווייטע פאר סוכות, די דריטע אינמיטן ווינטער און די פערטע אינמיטן זומער. די געלטער ווערן אויסגעטיילט לויט וויפיל געלט עס איז אריינגעקומען אינעם קרן במשך דעם יאר; למשל, דעם פארגאנגענעם יום טוב פסח האט מען צוזאמגעשטעלט פינף מיליאן דאלער, וואס דאס האט מען אויסגעטיילט פאר אלע מוסדות.
צום שלוס האט די הנהלה אויך באקומען א שיינעם מכתב המלצה פונעם בית דין צדק העדה החרדית, וואו זיי ברענגען ארויס די חשיבות הענין פון דעם געוואלדיגן זכות אז מ'נעמט נישט קיין געלט פון נישט-ערליכע מקומות, און בעטן אידן פון איבער די וועלט מ'זאל ארויסהעלפן און שטיצן די מוסדות היכל הקודש ברסלב וואס האבן זיך אנגעשלאסן אינעם הייליגן מוסד קרן הצלה.
זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן ווייטער גיין אין די וועגן פון די פריערדיגע צדיקים, און זייער זכות זאל אונז ביישטיין מיר זאלן קענען אויפשטעלן ערליכע דורות וואס לעבן מיט אמונה פשוטה.