מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש גרייטן צו רבי מאיר בעל הנס פושקע
כח טבת תשפ"ד 📝
אנשי שלומינו נעמען אויף מיט פרייד די בשורה פונעם גבאי פון די מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א אז מען גרייט זיך צו פראדוצירן און אויסטיילן די נייע פושקע פאר די הייליגע ארץ ישראל'דיגע מוסדות מען זאל קענען געבן צדקה אין די פושקע וואס דער ראש ישיבה שרייבט דערויף אז עס איז "צדקת רבי מאיר בעל הנס" און ווער עס וועט דארפן א ישועה זאל לייגן אין דעם פושקע, אזוי אויך די פרויען פארן ליכט צינדן.
ר' אהרן זאגט אונז אז דער בריוו האט געמאכט א גרויסע שטורעם און ווי ער גייט און שטייט בעט מען אים א פושקע, אבער ער זאגט אז די פושקעס זענען נאך יעצט אין פראדאקשן, און ער האפט בעזרת השם יתברך בקרוב צו האבן גענוג פושקעס, און עס קענען געבן פאר אלעמען.
פאריגע וואך האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן א בריוו פארן גבאי פון די מוסדות היכל הקודש בארץ הקודש "לכבוד מיין טייערע אהרן בן פיגא ני"ו, טייל אויס פאר יעדן פון אנשי שלומינו א פושקע פאר אונזערע מוסדות אין ארץ ישראל "קופת רבי מאיר בעל הנס", און ווען די פרויען גייען צינדן די שבת ליכט זאלן זיי לייגן צדקה פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות. אזוי אויך ווען מען וויל פועל'ן א ישועה וועט מען לייגן צדקה אין די פושקע פון רבי מאיר בעל הנס פאר די ארץ ישראל'דיגע מוסדות און מען וועט זען א ישועה. אלע זענען זייער ווארעם צו העלפן די מוסדות אין ארץ ישראל על טהרת הקודש, מיר נעמען נישט קיין געלט פון די ערב רב און מיר לערנען נישט און רעדן נישט זייער טריפה'נעם שפראך, האב נישט מורא, אלע וועלן דיר העלפן, אלע ווילן האבן א חלק אין תורת ארץ ישראל"
אנשי שלומינו געבן צדקה מיט שמחה און געבן וויפיל מען קען יעצט, מען ווייסט די גרויסע חשיבות פון צדקה, און אז דער אויבערשטער דארף נישט דווקא די מיליאנען פון די גרויסע עשירים, דער אויבערשטער וויל מזכה זיין יעדן איד מיט די מצוה פון צדקה, מען לייגט אריין איין פרוטה פארן דאווענען שחרית, א פרוטה פאר מנחה, א פרוטה פאר מערב, יעדעס מאל מען לאזט זיך ארויס אויפן וועג לייגט מען אריין א פרוטה און מען זאגט עטליכע ווערטער צום אויבערשטן אז די וועג זאל דורכגיין בשלום, מען זאל נישט כאפן קיין טיקעט, עס זאל נישט זיין קיין טרעפיק, מען זאל נישט מאכן קיין עקסידענט, יעדעס מאל ביי התבודדות נעמט מען ארויס א פרוטה פון טאש און מען לייגט עס אריין אין די פושקע. און פרוטה פרוטה מצטרפת, פון די קליינע מטבע'לעך קען מען בעזרת השם אויסצאלן א מלמד אדער צוויי.
אויך זענען דא פילע אנשי שלומינו וועלכע וועלן נעמען פושקעס ארום צו גיין אין שול זייער מנין שחרית. מען טוט זיך אן מיט עזות דקדושה און גייט ארום מען קלאפט מיט די פושקע (ליקוטי מוהר"ן ח"א סימן כ"ב) וואס איז ממתיק אלע דינים פון זיך און פון גאנץ כלל ישראל, און פון די פרוטה'לעך וואס אידישע קינדער לייגן אריין ביי שחרית קען זיך איינזאמלען במשך דעם יאר עטליכע טויזענט דאלער!